לאה אסתר האגער
רביצן לאה אסתר האגער (ט' שבט ה'תרפ"א - כ"ט שבט ה'תשנ"ג) איז געווען די ערשטע ווייב פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער זצ"ל, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
געשיכטע
רעדאַקטירןדי רעביצין איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרפ"א אין אונגארן צו איר פאטער הרה"ק רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש און צו איר מוטער מרת סאשא, א טאכטער פון רבי יעקב שמשון הלוי קאנער פון טשכויוו וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי משה האלבערשטאם פון שינאווא, א זון פון הרה"ק דער דברי יחזקאל און אן אייניקל פון הרה"ק דער דברי חיים פון צאנז. "לאה" האט זי געהייסן נאך רעביצין לאה קאנער, די ווייב פון רבי משה קאנער, וואס איז געווען אן איידעם ביי דעם תורת חיים פון קאסאוו, און דעם נאמען "אסתר" האט זי געטראגן נאך דער רעביצין פון רבי משה פון שינאווא, מרת אסתר מינדל.
ב' ניסן ה'תש"ב ערב שב"ק איז געפראוועט געווארן אין שטאט דעעש איר חתונה מיט רבי משה יהושע האגער פון וויזשניץ, וואס היינט איז באקאנט אויכעט אלס דער "ישועות משה". א יאר נאך דער חתונה האבן זיי אריבערגעצויגן אין שטאט ווילחאוויץ וואו רבי משה יהושע האט געדינט אלס א רב.
די צווייטע וועלט קריג און דער נס פון דער רעטונג
רעדאַקטירןאין ה'תש"ד זענען די עלטערן פון דער רעביצין ביידע צוזאמען אינאיינעם מיט איר איינציגן ברודער הבחור יחזקאל שרגא געשיקט געווארן קיין אוישוויץ און אומגעקומען על קידוש ה'. ח' אייר ה'תש"ד אויף א וואונדערליכן אופן, איז געלונגען פאר דער רעביצין צוזאמען מיט איר מאן דער רבי און זייער טאכטער חנה חיה זיך ראטעווען פון טויט. דער וויזשניצער רבי האט דערציילט אז ווען דער גוי וואס האט זיי געשמוגלט דורך דעם גרענעץ פון אונגארן האט פלוצלונג געהערט וויאזוי דאס פיצל קינד חנה'לה האט אויסגעבראכן אין א געוויין, האט ער זיך אויפגערעגט ווייל ער האט מורא געהאט אז די דייטשע רשעים וועלן זיי כאפן, און לא עלינו ער האט געוואלט איר דערשטיקן, אבער בחסדי שמים האט איינער פון די אנוועזענדע צופעליג געטראפן א צוקערל, און נאכדעם וואס זי האט געגעסן דעם צוקערל האט זי זיך בארואיגט און איינגעשלאפן, און אויכעט דער גוי האט זיך איבערגעצייגט אז דאס פיצל עופעלע איז נישט קיין געפאר און מען קען רואיג און מיט זיכערהייט אדורכגיין דעם גרענעץ אהן קיין פארהאק און שטערונג אדער חלילה ווערן געכאפט דורך די נאציס.
ארץ ישראל
רעדאַקטירןווען זיי זענען ענדליך אנגעקומען אין ארץ ישראל, אנפאנג האבן זיי געוואוינט אין תל אביב נאענט צו דער וויזשניצער ישיבה (נאך איידער מען האט אריבערגעפירט די ישיבה קיין בני ברק). וויבאלד די מערהייט פון די בחורים זענען געווען מלחמה איבערלעבער, האט די רעביצין זיי געשוינט און רחמנות געהאט אויף זיי גאר שטארק. זי האט באשלאסן צו ווידמען איר לעבן צו העלפן אנדערע און מקבל געווען אויף זיך צו זיין אזוי ווי א אייגענע מאמע פאר זיי און מאכן זיכער אז עס פעלט זיי גארנישט. שבתים און ימים טובים פלעגט זי זיי איינלאדן צו דער סעודה ביי זיך אין שטוב. זייער אפט פלעגט זי זיי באגלייטן צו דאקטוירים, און טאמער עס האט פאסירט אז א בחור האט געדארפט האבן א ספעציעלן שפייז צוליב זיין געזונט צושטאנד, איז זי געשטאנען אין קיך און האט געקאכט פאר אים וואס די דאקטוירים האבן רעקאמענדירט, און אפילו טאשן געלט פלעגט זי ארומטיילן פאר עטליכע יתומים אין ישיבה. איר הויז איז אייביג געווען אפן פאר אלעמען. איר הכנסת אורחים איז געווען מורא'דיג און געוואלדיג, טראצדעם וואס זי אליין מיט איר משפחה האבן געוואוינט אין ענגשאפט און נישט געווען רייך. אויכעט פלעגט זי צוזאמען מיט איר מאן זייער אפט פירן אונטער דער חופה בחורים יתומים פון דער ישיבה וואס האבן ליידער פארלוירן זייערע עלטערן ביי דער שרעקליכער מלחמה, און א סאך מאל אפילו צוגעדעקט די קאסטן פון דער חתונה. מען דערציילט אז אין יענע יארן דער מצב איז געווען אזוי שווער און די ארימקייט האט דעגרייכט צו א מצב, אז אפילו ליכט-האלטערס האט זי נישט געהאט און אנשטאט דעם פלעגט זי נוצן שטיינער כדי אנצוצינדן שבת ליכט אוף זיי. טאג טעגליך פלעגט זי אנרופן און מחזק זיין גייסטיש אלמנות און צובראכענע מענטשן וואס האבן געטראפן ביי איר טרייסט און חיזוק.
זי איז נפטר געווארן פרייטיג צונאכט כ"ט שבט ה'תשנ"ג נאך א קורצער קראנקייט אין דער עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר איבערלאזנדיג נאך זיך איר מאן דער וויזשניצער רבי זצ"ל, און צענדליגער אייניקלאך און אור-אייניקלאך. זי איז באערדיגט געווארן אין וויזשניצער בית החיים אין בני ברק. די וויזשניצער מיידל גרונדשולע אין בני ברק טראגט איר נאמען "בנות לאה אסתר".
קינדער
רעדאַקטירןרעביצין לאה אסתר און רבי משה יהושע האבן געהאט צוזאמען זעקס קינדער. זיי זענען ווי פאלגנד:
- מרת חנה חיה, די ווייב פון רבי דוד טווערסקי, סקווערער רבי.
- רבי ישראל, דער וויזשניצער רבי און ממלא מקום פון זיין פאטער.
- מרת שרה די ווייב פון רבי יששכר דוב רוקח דער בעלזער רבי.
- מרת סאשא, די ווייב פון רבי אהרן טייטלבוים, סאטמארער רבי פון קרית יואל.
- מרת הינדא, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב מנחם ערנסטער, וויזשניצער ראש ישיבה און א זון פון רבי משה און מרת שבע ברכה
- רבי מנחם מענדיל, רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ אין עזרא גאס אין בני ברק.