עסטרייך אונגארישע אימפעריע
די עסטרייך־אונגארישע אימפעריע איז געווען אן אימפעריע אין אייראפע, צווישן די יארן 1918-1867. זי איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורכן אונגארישן קעניגרייך און עסטרייכישן קייסערטום, אלס פעדעראלער רעגירונג, אונטער דער האבסבורג דינאסטיע.
דער אויל צום פייער פון דער ערשטער וועלט מלחמה איז געווען ווען קרוינפרינץ פראנץ פערדינאנד איז אומגעקומען אין אן אטענטאט, דורך א סערבישן נאציאנאליסט, אין סאראיעווא. די אימפעריע האט דעריבער דערקלערט קריג קעגן סערביע, און מיט דעם האט די מלחמה אויסגעבראכן. און ביי דער ענדע איז די אימפעריע צעפאלן, אלס די תוצאה פון דער מלחמה.
די גרינדונג פון אן אימפעריע
רעדאַקטירןאין 1867, נאך לאנג יעריגע שטרייטן צווישן לענדער אין ראיאן, און נאך א רעוואלוציע, אין אונגארן, האט פראנץ יאזעף, קייסער פון עסטרייך, איינגעשטימט צו שענקן אונגארן, א סארט אויטאנאמיע, אריינגערעכנט אן אייגענעם פארלאמענט און פרעמיער מיניסטער, און בודאפעשט וועט דינען אלס הויפטשטאט. אונגארן וועט פירן איר אייגענע אינערליכע פאליטיק, ווי פאליציי, דערציונג, געזונטהייט אא"וו. אבער עסטרייך איז דער געזעץ געבער, דער הערשער איז אן עסטרייכער, און זיכערהייט און אויסערן פאליטיק, איז אונטער עסטרייך און וויען דינט אלס הויפטשטאט, פון דער אימפעריע.
ערשטע וועלט מלחמה
רעדאַקטירןעסטרייך האט געמאלדן אין אן אולטימאטום, אז סערביע מוז איינשטימען אויף צען פונקטן, און סערביע האט געמוזט ענטפערן אין 48 שעה. סערביע האט איינגעשטימט צו אלע אויסער איין. עסטרייך אונגארן האט איבערגעהאקט אירע דיפלאמאטישע באציונגען מיט סערביע דעם 25סטן יולי 1914.
אום 28סטן יולי 1914, האט עסטרייך דערקלערט קריג קעגן סערביע, אין א טעלעגראם וואס זיי האבן געשיקט צו דער סערבישער רעגירונג, דאס איז דער טאג וואס די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן.
עסטרייך־אונגארן, איז געווען אליאירט מיט דייטשלאנד, דער אטאמאנישער אימפעריע און בולגאריע, זייענדיק די צענטראל מאכטן, אין די קריג.
דעם 3טן נאוועמבער 1918, האט עסטרייך־אונגארן געבעטן א פייער אפשטעל, און אום 4טן נאוועמבער האט עסטרייך־אונגארן קאפיטולירט, אונטער געשריבן באזונדער דורך די צוויי רעגירונגען, די עסטרייכישע און די אונגארישע.
1,200,000 זעלנער פון דער אימפעריע זענען אומגעקומען, און נאך 300,000 ציווילע בירגער, זענען געווען צווישן די טויטע.
נאכווייען
רעדאַקטירןדי אימפעריע איז צופאלן, די אונגארישע רעפובליק איז געווארן זעלבסטשטענדיק, און די זעלבע מיט עסטרייך, גאנצע שטחים זענען אוועקגענומען געווארן פון דער אלטער אימפעריע, פון וואס עס איז אויפגעשטאנען טשעכאסלאוואקיי. גאליציע איז געגעבן געווארן צו פוילן. זיבנבערגן און בוקאווינע האט רומעניע באקומען. קראאטיע, סלאוועניע, און אנדערע שטחים זענען צונויפגעשמאלצן געווארן מיט סערביע, וואס איז שפעטער געווארן יוגאסלאוויע.
עס האבן זיך געפונען מערערע דייטשיש און אונגאריש רעדער אין אלע לענדער. וואס האט צוגעברענגט צו א געוויסע עקסטרעמיסטישע נאציאנאליזם, ווי אלע בירגער זאלן זיך געפונען אין לאנד, און די צוויי לענדער זאלן צוריק באקומען די פארלוירענע געביטן, וואס האט צוגעברענגט צו דער צווייטער וועלט-מלחמה.