ישראל ניסן ראזנבוים

קרעטשענעווער רבי

רבי ישראל ניסן ראזנבוים (כ"ד ניסן ה'תש"טט״ז מרחשון תש"ף) איז געווען דער קרעטשענעוו-קרית גת'ער רבי.

ישראל ניסן ראזנבוים
געבורט 23 אפריל 1949
רחובות, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 נאוועמבער 2019 (אלט 70)
הדסה עין כרם שפיטאל, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט רחובות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי ישראל ניסן ראזנבוים
קרעטשענעווער-קרית גת'ער רבי
געבורט כ"ד ניסן ה'תש"ט
רחובות
חסידות קרעטשענעוו
הויף ארט קרית גת
פאריגער רבי דוד משה ראזנבוים
פאטער דוד משה ראזנבוים
מוטער אסתר רחל ראזנבוים
קינדער נחמה גיטל רבקה לאווי
דוד משה ראזנבוים
מלכה שרה ראזנבוים
יחזקאל שרגא ראזנבוים
פייגא זייבאלד
חיה אסתר רחל קאהן
שפרה ברכה טווערסקי
חיים מרדכי ראזנבוים
חוה ביילא ווייס
שלום אליעזר ראזנבוים

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

רבי ישראל ניסן איז געבוירן געווארן אין רחובות, צו זיין פאטער רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשענעווער רבי, און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים פון נאדווארנא. ער איז א צווילינג ברודער פונעם קרעטשענעווער רבי פון רחובות, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים.

א שטיקל צייט נאך זיין חתונה מיט מרת יוטל מירל, טאכטער פון רבי יחזקאל שרגא מערץ אין יאר ה'תשכ"ט, איז זיין פאטער דער רבי פלוצלונג נפטר געווארן ווען ער האט פארוויילט אויף א רייזע אויף קברי צדיקים אין רומעניע.

שפעטער איז ער אריבערגעצויגן וואוינען אין קרית גת, דארט וואו איז ער באקרוינט געווארן רבי. ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש און א חסידישע קריה אונטערן נאמען "רמת דוד" אין געדענק פון זיין פאטער. זיינע מוסדות רעכענען אריין אין זיך אויסער דעם בית מדרש, תלמוד תורה, קינדערגארטן און א כולל פאר יונגעלייט. זיין געמיינדע באשטייט פון צענדליגע משפחות.