שאסיי 40 (ישראל)

שאסיי אין ישראל

מוסטער:כביש שאסיי 40 איז דער צווייט־לענגסטער שאסיי אין ישראל (נאך שאסיי 90 ), און איז 302 קילאָמעטער לאנג. ער שטרעקט זיך פון דעם קטורה קנופּ אין דער ערבה, לענגאויס דעם נגב און דער שפלה ביז כפר סבא אין דרום פון שרון .

שאסיי־רוטע פון דרום קיין צפון

רעדאַקטירן

דער שאסיי הייבט זיך אָן פון שאסיי 90 ביים קטורה קנופ לעבן קיבוץ קטורה אין דער ערבה. ער גייט אדורך דעם רַמון קראטער און דעם שטעטל מצפה רמון, און גייט אדורך עטליכע ישובים, אריינגערעכנט שדה בוקר, טללים און רמת חובב . פריער איז דער וועג אדורכגעגאנגען באר שבע פון דרום צו צפון, אבער זייט 2002 פֿלאַנקירט ער די שטאָט פון מזרח, און דער טייל פונעם וועג וואס גייט אדורך די שטאט איז אָנגעצייכנט אלס שאסיי 406 . שאסיי 40 גייט פארביי לעבן עומר און גייט אדורך דעם צפון נגב לעבן רהט און קרית גת. אין דעם אָפּטייל פונעם וועג פון רַהַט אויסבייט ביז מאחז אויסבייט, גייט שאסיי 40 גלייך מיט שאסיי 6 און ווערט אנגעצייכנט בלויז ווי שאסיי 6. צפון פון מאחז אויסבייט, דינט דער שאסיי 40 אלס א פאראלעלע רוטע צווישן שאסיי 4 און שאסיי 6. ווייטער גייט ער אריבער שאסיי 1 ביים לוד אויסבייט און אריבער שאסיי 5 ביים ירקון אויסבייט . דער שאסיי קאנטשעט ביים כפר סבא מזרח קנופ.