כעמיע

די וויסנשאפט וואס באהאנדלט עלעמענטן און פארבינדונגען

כעמיע איז דער וויסנשאפטלעכער דיסציפילין וואס באהאנדלט עלעמענטן און פארבינדונגען צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען, מאלעקולן און יאנען: זייער צוזאמענשטעל, סטרוקטור, אייגנשאפטן, אויפפיר, און די ענדערונגען וואס זיי גייען אדורך א רעאקציע מיט אנדערע סובסטאנצן.[1][2]

כעמיע איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט מאטריאל (מאטעריע), זייער געשטעל, זייערע כאראקטערס און זייערע רעאקציעס.

עס זיינען דא מאטריאלס וואס האבן א רעאקציע צווישן זיי, און עס זיינען פאראן מאטריאלס וואס האבן נישט קיין רעאקציע צווישן זיי. למשל גאלד מיט וואסער האבן נישט קיין רעאקציע צווישן זיך, און אויך אויב מען וועט איינווייקן גאלד אין וואסער אין משך הונדערטער יארן וועט די גאלד בלייבן גאנץ און ריין. אבער למשל נאטריום מיט וואסער האבן יא א שטארקער רעאקציע.

כעמיע איז א גרונטלעכע וויסנשאפט צו פארשן פארשיידענע אנדערע וויסנשאפטן, ווי ביאלאגיע, מעדיצין, געאלאגיע, געאגראפיע אא"וו. דער טייל פון כעמיע וואס פארנעמט זיך מיט ארגאנישע מאטריאלס הייסט ביאכעמיע.

א כעמישע רעאקציע איז א פארוואנדלונג פון סובסטאנצן אין אנדערע סובסטאנצן. מען קען דאס באשרייבן אין א כעמישער גלייכונג.

היסטאריע

רעדאַקטירן

כעמישער סטרוקטור

רעדאַקטירן
 
אויבן: דערווארטעטע רעזולטאטן: אלפא טיילכלעך גייען אדורך דעם פלוימען קוגל מאדעל פונעם אטאם אומגעשטערט.
אונטן: אבזערווירטע רעזולטאטן: א קליינער טייל פון די טיילכלעך זענען געווארן אפגענייגט, וואס ווייזט אן אויף א קליינער, קאנצענטרירטער לאדונג.

ביים אנהייב פונעם צוואנציקסטן יארהונדערט זענען די טעארעטישע אונטערגעבייען פון כעמיע געווארן גוט פארשטאנדלעך צוליב א סעריע פון מערקווירדיקע אנטפלעקונגען וואס האבן באוויזן בודק זיין און אויפדעקן די נאטור פונעם אינערלעכן סטרוקטור פון אטאמען. אין 1897, האט דזשיי דזשיי טאמסאן פון קעמברידזש אוניווערסיטעט אויפגעדעקט דעם עלעקטראן און קורץ נאכהער האט דער פראנצויזישער וויסנשאפטלער בעקערעל ווי אויך די פאר פיער און מארי קירי אויסגעפארשט דעם פענאמען פון ראדיאאקטיוויטעט. אין א סעריע פיאנערנדיקע צעווארפן עקספערימענטן האט ערנעסט ראדערפארד ביים אוניווערסיטעט פון מאנטשעסטער אויפגעדעקט דעם אינערלעכן סטרוקטור פונעם אטאם און דעם עקסיזטענץ פונעם פראטאן, קלאסיפיזירט און דערקלערט די פארשידענע טיפן ראדיאאקטיוויטעט און דערפאלגרייך פארוואנדלט דעם ערשטן עלעמענט דורך באמבארדירן אזאט מיט אלפא טיילכלעך.

זיין ארבעט וועגן אטאמישן סטרוקטור האבן פארבעסערט זיינע תלמידים, דער דענישער פיזיקער ניעלס באהר און הענרי מאזעלי. די עלעקטראנישע טעאריע פון כעמישע בונדן און מאלעקולארישע ארביטאלן האבן אנטוויקלט די אמעריקאנער וויסנשאפטלער ליינוס פאלינג און גילבערט.

פרינציפן פון מאדערנער כעמיע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אטאם

אן אטאם איז דער גרונטלעכער איינס פון א כעמישן עלעמענט. דער אטאם איז א זאמלונג פון טיילכלעך פון מאטעריע צונויפגעשטעלט פון א הארץ אנגעלאדנט מיט א פאזיטיווער עלעקטרישער לאדונג (דער אטאמקערן) וואס אנטהאלט פראטאנען און נייטראנען, ארום וואס עס דרייען זיך עלעקטראנען וואס טראגן א נעגאטיווע עלעקטרישע לאדונג וואס באלאנסירט די פאזיטיווע לאדונג פון דעם קערן. אן אטאם איז דער קלענסטער טייל פון מאטעריע וואס היט אויף די כעמישע אייגנשאפטן פונעם עלעמענט, צום ביישפיל עלעקטראנעגאטיוויטעט, יאניזאציע ענערגיע, קאארדינאציע צאל, די סארט פארבינדונגען וואס ער קען שאפן, למשל, מעטאלישע בינדונג, יאנישע בינדונג און קאוואלענדע בינדונג.

כעמישער עלעמענט

רעדאַקטירן
 
באשרייבונג פון די כעמישע עלעמענטן, לויט דער פעריאדישער טאבעלע
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כעמישער עלעמענט

א כעמישער עלעמענט ווערט דעפינירט דורך דעם אייגנארטיגן נומער פון פראטאנען אין זיין אטאמקערן. דער דאזיקער נומער ווערט גערופן דער אטאם-נומער פונעם עלעמענט. צום ביישפיל, אלע אטאמען מיט 6 פראטאנען אין דעם קערן זענען אטאמען פון קוילנשטאף, און אלע אטאמען וואס אנטהאלטן 92 פראטאנען אין זייער קערן זענען אטאמען פונעם עלעמענט אוראניום. אבער, ס׳עקזיסטירן אויך איזאטאפן פון אן עלעמענט וואס זענען פאראנדערט פון אנאנט מיט דער צאל נייטראנען אין דעם קערן.

די כעמישע עלעמענטן ווערן שיין געצייגט אין דער פעריאדישער טאבעלע וואס בינדט צונויף די עלעמענטן לויט זייער אטאם-נומער. א דאנק איר אייגנארטיגער סטרוקטור טיילן די קאלאנעס (אויך גערופן גרופעס/פאמיליעס) און די רייען (אויך גערופן פעריאדן) פון די פארשידענע עלעמענטן עטלעכע געמיינזאמע כעמישע אייגנשאפטן, און זיי זענען אראנזשירט לויט א המשך פון אייגנשאפטן ווי אטאם-ראדיוס, עלעקטראנעגאטיוויטעט אד״ג.

כעמישע פארבינדונג

רעדאַקטירן
 
ייצוג בכתיב כימי של עמילופקטין, אחת התרכובות האורגניות הנפוצות בטבע
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כעמישע פארבינדונג

א פארבינדונג איז א מאטעריע וואס אנטהאלט געוויסע כעמישע עלעמענטן, און וואס האט א געוויסע פארעם וואס שטעלט פעסט אירע כעמישע כאראקטעריטיקן. צום ביישפיל, וואסער איז א פארבינדונג וואס אנטהאלט הידראגען און זויערשטאף אין די פראפארציעס 1:2, מיט איין זויערשטאף אטאם צווישן צוויי הידראגען אטאמען, און צווישן זיי איז א ווינקל פון 104.5°. כעמישע פארבינדונגען ווערן געשאפן און צעפאלן דורך כעמישע רעאקציעס.

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מאלעקול

א מאלעקול איז דער קלענסטער אומטיילבארער טייל פון א ריינער כעמישער סובסטאנץ וואס האט איר אייציגן געזעמל פון כעמישע אייגנשאפטן, ד״ה, איר פאטענציאל דורכצוגיין א געוויסע זאמלונג פון כעמישע רעאקציעס מיט אנדערע סובסטאנצן. (צום באמערקן אבער אז נישט אלע סובסטאנצן זענען צוזאמענגעשטעלט פון מאלעקולן.) מאלעקולן זענען טיפיש א געזעמל פון אטאמען צוזאמענגעבונדן מיט קאוואלענטע בונדן, וואו די סטרוקטור איז עלעקטריש נייטראל און אלע וואלענץ עלעקטראנען זענען צונויפגעפארט מיט אנדערע עלעקטראנען אדער אין בונדן אדער אין פארווייז פרייע עלעקטראנען.

די "אינערטע" אדער איידעלער-גאז עלעמענטן (העליום, נעאן, ארגאן, קריפטאן, קסענאן און ראדאן) באשטייען פון פרייע אטאמען אלס זייער קלענסטער דיסקרעטער איינס, אבער די אנדערע איזאלירטע כעמישע עלעמענטן באשטייען פון אדער מאלעקולן אדער נעצווערק פון אטאמען געבונדן איינער צו אנאנד. באקאנטע סובסטאנצן וואס אנטהאלטן דערקענבארע מאלעקולן זענען וואסער, לופט, פיל ארגאנישע פארבינדונגען ווי אלקאהאל, צוקער, בענזין און פארשידענע אפטייקווארג.

סובסטאנץ און געמיש

רעדאַקטירן
   
   
   
ביישפילן פון ריינע כעמישע סובסטאנצן. פון רעכטס אויף לינקס: די עלעמענטן צין (Sn) און שוועבל (S), דימענט (אן אלאטראפ פון קוילנשטאף), צוקראז (ריינער צוקער), און נאטריום כלאריד (זאלץ) און נאטריום ביקארבאנאט (באַקסאדע), וואס זענען ביידע יאנישע פארבינדונגע.

א כעמישער סובסטאנץ איז א סארט מאטעריע מיט א געוויסן צונויפשטלע און געוויסע אייגנשאפטן.[3] א זאמלונג פון סובסטאנצן ווערט גערופן א געמיש . ביישפילן פון געמישן זענען דער לופט און געשמעלצן.[4]

דער מאל איז אן איינס פון מאָס וואס באדייט א קוואנטיטעט פון סובסטאנץ (אויך גערופן א כעמישער קוואנטיטער). דער מאל ווערט דעפינירט ווי די צאל אטאמען געפונען אין גענוי 0.012 קילאגראם (אדער 12 גראם) פון carbon-12, וואו די carbon-12 אטאמען זענען אומגעבונדן, באוועגן זיך נישט און אין זייער גרונדצושטאנד.[5] די צאל יש׳ן א מאל ווערט באוואוסט אלס דער אוואגאדרא-קאנסטאנט, און איז למעשה בערך 6.022×1023 מאל−1.[6] מאל-קאנצענטראציע איז וויפיל פון א געוויסן סובסטאנץ געפינט זיך פער פארנעם פון צעפירונג, געמאסטן אין מאל/ד״מ3.[7]

צושטאנד פון מאטעריע

רעדאַקטירן

יאנען און זאלצן

רעדאַקטירן

א יאן איז אן אנגעלאדענער אטאם אדער מאלעקול, וואס האט באקומען אדער פארלוירן איינעם פון זיינע עלעקטראנען. ווען אן אטאם פארלירט אן עלעקטראן און ממילא האט מער פראטאנען ווי עלעקטראנען, ווערט דער אטאם פאזיטיוו אנגעלאדן אדער א פאזיטיווער יאן. ווען אן אטאם באקומט א עלעקטראן און ממילא האט מער עלעקטראנען ווי פראטאנען, ווערט דער אטאם נעגאטיוו אנגעלאדן אדער א נעגאטיווער יאן. פאזיטיווע און נעגאטיווע יאנען קענען צאמשטעלן א קריסטאל־לאטיץ פון נייטראלע זאלצן, ווי למשל +Na און -Cl יאנען וואס פארמירן נאטריום קלאריד, NaCl.

זייערס און באזעס

רעדאַקטירן

זייערסן און באזעס זענען טיפישע כעמישע סובסטאנצן. א זייערס באפרייט H+ יאנען אין וואסער, און א באזע באפרייט OH יאנען אין וואסער. זייערסן און באזעס רעאגירן צוזאמען; די באזע נעמט א H+ יאן פונעם זייערס, צו שאפן וואסער, H2O, מיט א זאלץ.

דיסציפלינען

רעדאַקטירן

כעמיע ווערט צעטיילט אין פארשידענע דיסציפלינען.

כעמיע צווישן מענטשן

רעדאַקטירן

אויך אין דער טאג טעגליכער שפראך ניצט מען דאס ווארט כעמיע צו פארשטעלן דעם קשר צווישן מענטשן. אויב איז דער קשר גוט, זאגט מען אז עס איז דא א כעמיע צווישן זיי. טאמער נישט, זאגט מען אז עס איז נישטא קיין כעמיע צווישן זיי.

זעט אויך

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: כעמיע

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. וואס איז כעמיע?. Chemweb.ucc.ie. דערגרייכט דעם 2011-06-12. (אויף ענגליש)
  2. Chemistry. (n.d.). Merriam-Webster's Medical Dictionary. דערגרייכט דעם 19טן אויגוסט, 2007. (אויף ענגליש)
  3. (2005) General Chemistry, 4th, Upper Saddle River, New Jersey: Pearson Prentice Hall, 37. 
  4. Magnesium and Magnesium Alloys. ASM International, 59. 
  5. Official SI Unit definitions. Bipm.org. דערגרייכט דעם 2011-06-12.
  6. Burrows et al. 2008, p. 16.
  7. Atkins & de Paula 2009, p. 9.