אטאם סטרוקטור

אטאם איז דער קלענסטער באשטאנדטייל פון מאטריאל וואס איז אומטיילבאר אין כעמישע רעאקציע. עס באשטייט פון "נייטראנען" און "פראטאנען" וואס זענען פערבונדען דורך די שטארקע נוקלעארע קראפט אינעם אטאמקערן. ארום די אטאםקערן איז פאראן עלעקטראנען וועלכע זענען געבונדן דערצו דורכן עלעקטרישע קראפט. אין דער אפגעשלאגענע בילד פון ניעלס באהר דרייען זיי ארום ווי פלאנעטן אין א "זון סיסטעם", אבער שפעטער איז געוואר געווארן דורן הייזענבערגס אומזיכערקייט פרינציפ אז מ'קאן נישט פארשטעלען בשום אופן די בעוועגונג פון אן עלעקטראן מיט א שטעג אין פלאץ און צייט, און די טבע פון זאכען אויף אזא קליינע סקאלע קאן באשרייבט ווערן נאר אין דער לשון פון ווארשיינליכקייט.

אין די אמאליגע גריכישע שפראך מיינט דאס ווארט אטאם "אום'צעטיילבאר." אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז דער קלענסטער באשטאנדטייל פון אלעם, למעשה נאכדעם האט מען אויסגעטראפן וויאזוי צו באפרייען די עלעקטראנס און צו שפאלטן און פארגרעסען די אטאמקערנען דורך יאדער-שפאלטונג און יאדער-פלוס.

די עלעקטראנען האבן נעגאטיוו עלעקטראנישע לאדונג,און די פראטאנען פאזיטיוו, און די נייטראנען זענען נייטראל (האבן נישט קיין עלעקטראנישע לאדונג).

געבוי פונעם אטאםרעדאַקטירן

דער אטאם איז צאמגעשטעלט פון א קליינעם שווערן קערן, וואס זיין מאסע איז 99.98% פון דער גאנצער מאסע און זיין גרייס איז איין הונדערט־טויזנטסער טייל פון דער גאנצער גרייס פונעם אטאם, מיט א פאזיטיווער לאדונג, און ארום דעם קערן געפינען זיך עלעקטראנען, וואס זענען קאנצענטרירט אין ראיאנען אזוי ווי שאלאכצן, מיט א נעגאטיווער לאדונג.

די געבוי פון די שאלאכצן שטאמט פון דער שרעדינגער-גלייכונג אין קוואנטן טעאריע, דאס איז א דיפערענציאל-גלייכונג וואס פארבינדט די כוואליע־פונקציע פון די עלעקטראנען, זייער ענערגיע און זייער קערן־פאטענציאל.