פיער קירי
פיער קירי Curie (פראַנצויזיש: Pierre Curie; 15סטן מיי 1859, פאריז - 19טן אפריל 1906, פאריז) איז געווען א פראנצויזישער פיזיקער. ער האָט מיטגעטיילט דעם נאָבעל פּריז פאר פיזיק אין 1903 מיט זיין פרוי, מאַרי קירי און מיט אנרי בעקערעל, פאר דער אַרבעט אויף 'ספּאנטאנישער ראַדיאָאַקטיוויטעט ' וואָס בעקווערעל האט אנטדעקט.[1]
געבורט |
15 מאי 1859 פאריז, פראנקרייך |
---|---|
טויט |
19 אפריל 1906 (אלט 46) פאריז, פראנקרייך |
פעלדער | פיזיק |
מוסדות | אוניווערסיטעט פון פאריז |
זיווג | מארי קירי |
נאכקומלינגען | אירען זשאליא-קירי, עווא קירי |
אַרבעט
רעדאַקטירןפיער און זיין ברודער זשאַק האָבן געטאן אַ סך אַרבעט אויף ראדיאאקטיוויטעט איידער פיער האט חתונה געהאט מיט מארי. זיי זענען געווען די ערשטע צו נוצן דעם טערמין 'ראַדיאָאַקטיוויטי' און זענען געווען פיאנערן אין זייַן שטודיע. פיער און זיין ברודער, זשאק קירי, האבן געבויט אַ ספּעציעלן ציילער צו מעסטן קליינע קוואנטיטען פון עלעקטריע, וואָס פיער און מארי האָבן געניצט אין זייער אנדערע אנטדעקונגען.
נאָך פיער׳ס טויט, האבן אַ גרופּע וויסנשאפטלער ביי דער ראַדיאָלאָגיע קאָנגרעס באַשלאָסן אים צו ערן דורך געבען א נאמען דעם איינס פון ראַדיאָאַקטיוויטעט אַ ״קירי״ .
פּרעמיעס
רעדאַקטירן- נאבעל פריז פאר פיזיק (1903)
- דייווי מעדאַל (1903)
- מאַטעוטשי מעדאַל (1904)
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ The Nobel Prize in Physics 1903. nobelprize.org (2011). דערגרייכט דעם 23סטן מערץ 2011.