א כעמישע רעאַקציע פאסירט ווען איינער אָדער מער כעמישע סובסטאנצן ווערט פארוואנדלט אין איינער אָדער מער אנדערע סובסטאנצן. ביישפילן:

  • אייַזן און זויערשטאָף קאַמבינירן צו מאַכן זשאַווער
  • עסיג און באק סאָדע קאמבינירן צו שאפן נאטריום אַצעטאט, קוילן זויערס און וואַסער
  • זאכן וואס ברענען אָדער עקספלאדירן
  • פיל רעאַקציעס וואס פּאַסירן אינערהאלב לעבעדיגע באשעפענישן
  • עלעקטראָכעמיקישע רעאַקציעס בשעת אויסלאדן אדער לאדן באַטעריעס
אייַזן ווערט פארזשאווערט

טייל רעאקציעס פאסירן גיך, אבער אנדערע זענען פּאַמעלעך. עטלעכע פּאַסירן אין פאַרשידענע גיכן געווענדעט אויף טעמפּעראַטור אָדער אנדערע זאכן. צום בייַשפּיל, האָלץ טוט נישט רעאגירן מיט לופט ווען ער איז קאַלט, אָבער ווען ער איז גענוג הייס, הייבט ער אן ברענען. רעאקציעס וואס געבן ארויס ענערגיע ווערן גערופן עקסאָטערמיש . רעאקציעס וואס נעמען אריין ענערגיע ווערן גערופן ענדאטערמיש.

כעמישער רעאקציעס ציען אריין בלויז די עלעקטראָנען פון אַטאָמען. קערן-רעאקציעס זענען נישט כעמישע רעאקציעס; זיי ציען אריין די פּראָטאָנען און נייטראָנען פונעם אַטאָמקערן .

פיר גרונטלעכע טיפּן

רעדאַקטירן
 
די פיר גרונטלעכע טיפן כעמישע רעאקציעס: סינטעז, צעלייגונג, איינפאך פאַרבייַט און טאָפּל פאַרבייַט

רעפערענצן

רעדאַקטירן