טעארעטישע כעמיע
טעארעטישע כעמיע שליסט איין שאפן מאטעמאטישע און פיזישע מאדעלן צו פארשטיין פראצעסן אין כעמיע; צום ביישפּיל, רעאקציעס, נאַטור פון מאַטעריאַלס אין פֿאַזע איבערגאנגען, די כאראקטעריסטיק פון מאַטעריאַלס (למשל, דורכפירונג).
טעארעטישע כעמיע איז פראקטיש פארבונדן מיט טעארעטישער פיזיק, און דעריבער איז דאס שוין א וויסנשאַפֿט לעכער געביט זייט דעם 19טן יאָרהונדערט. פון אָנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט, מיט דער אַנטוויקלונג פון שרעדינגער׳ס גלייכונג און די קוואַנטן טעאָריע צו דערקלערונג אַטאָמען, האט זיך אנטוויקלט שטארק די פארשטאנד פון אַטאָמען און מאלעקולן, און מאַטעריאַלן אויף אַ מיקראסקאפּישער דרגה, ווי אויך אַ פארשטאנד פון רעאקציעס. ביישפילן פון דערגרייכונגען פון טעארעטישער כעמיע זענען: דער נייטרינא און דער היגס באָסאָן, באסאנען און פערמיאנען, ראדיקאלישע רעאקציעס, ווי אין א יאָדער באָמבע (די ביישפילן האבן אויך א שייכות מיט טעארעטישער פיזיק).
אין די לעצטיקע יאָרן, באשעפטיקט זיך אַ וויכטיקער טייל פון טעארעטישער כעמיע מיט דער געביט פון קוואנטן כעמיע. קוואַנטום (ניצן קוואַנטן מעכאַניק פאר פראגעס אין כעמיע).
געביטן אין טעארעטישער כעמיע
רעדאַקטירן- קוואנטן כעמיע - ניצן קוואנטן מעכאניק אין כעמיע.
- קאמפיוטאציע כעמיע - ניצן קאמפיוטער פראגראמען אין כעמי.
- כעמא־אינפארמאטיק - ניצן אינפארמאציע טעאריע אין כעמי.
- מאלעקול-מאדעלירן - סיסטעמען פון מאדעלירן מאלעקול־סטרוקטור.