כעמישע פארבינדונג
א כעמישע פארבינדונג איז א סובסטאנץ געבויט פון צווי אדער מער עלעמענטן וואס זענען געבונדן מיט א כעמישן בונד און מיט א באשטימטן צאל אטאמען פון יעדן עלעמענט. די פארבינדונג האט איר אייגענע כעמישע אייגנשאפטן. למשל, זאלץ (וואס מען ניצט ביים קאכן) האט די פארמל NaCl, ד"ה א פארבינדונג פונעם מעטאל נאטריום מיטן נישט-מעטאל כלאר. אנדערש ווי סיי נאטריום סיי כלאר, וואס זענען ביידע שטארק רעאקטיוו, איז זאלץ נישט רעאקטיוו.