אַזאט אדער שטיקשטאף איז א נישט-מעטאלישער כעמישער עלעמענט, מיטן סימבאל N (לאטייניש: nitrogenium) און אטאמישן נומער 7. זיינער סטאבילע יאדערס אנטהאלטן 14 נוקלעאנען (7 פראטאנען און 7 נייטראנען). ער האט 5 עלעקטראנען אין דער אויסערוועניגסטער שאל.

פליסיקער אזאט שפייכלערן טאַנק

לופט איז כולל בערך 78% אַזאט און 22% זויערשטאף.

אַזאט איז נישט גיפטיג. מען קען אטעמען אים אין דער לופט, אבער מען קען נישט אטעמען לויטערן אַזאט, ווייל ער האט נישט דעם זויערשטאף וואס איז נייטיק פאר אונז צו לעבן.

דניאל ראדערפארד האט דערפֿינדן אַזאט אום 1772.

ביי אטמאספערישן דרוק טוט אזאט קאנדענסירן (ווערן פליסיג) מיט א טעמפעראטור פון ‎77 K (-195.8) °C און ווערט פארפרוירן מיט ‎63 K −210.0) °C).

אפליקאציעס

רעדאַקטירן

אזאט גאז האט פארשידענע אפליקאציעס, איינשליסנדיק דינען ווי אן אינערטער פארבייט פאר לופט וואו אקסידאציע איז א חיסרון;[1]

  • ווי א מאדיפיצירטע אטמאספער, ריין אדער געמישט מיט קארבאן דיאקסייד, צו האלטן די פרישקייט פון איינגעפאקט עסן;
  • אין נארמאלע לאמפן ווי א ביליגער פארבייט פאר ארגאן.[2]
  • אין דער פראדוקציע פון עלעקטראנישע באשטאנדטיילן ווי טראנזיסטארן, דיאדעס און אינטעגרירטע קרייזן.[מקור פארלאנגט]
  • די פאבריקאציע פון זשאווער־באווארנטן שטאל.[3]

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Emsley, p. 364
  2. (2002) in Harding, Charlie: Elements of the p Block. Cambridge: Royal Society of Chemistry. ISBN 978-0-85404-690-4. 
  3. Gavriliuk, V. G.; Berns, Hans (1999). High nitrogen steels: structure, properties, manufacture, applications. Springer. ISBN 3-540-66411-4.