אטאמקערן
אטאמקערן אדער אַטאָמישער יאָדער איז דער מיטלסטער געדיכטער טייל פון דעם אטאם. עס באשטייט פון נייטראנען און פראטאנען. עס איז פיל קלענער ווי דער אטאם, נישט מער ווי 1/10000, אבער עס אנטהאלט 99.9% פון דעם אטאמ'ס מאסע, און עס האט נישט קיין עלעקטראנען.
טייל אטאמקערנס זענען נישט סטאביל, און זיי צעפאלן ראדיאאקטיוו אין קלענערע טיילן און לאזן אויס שטראלונג. דער פראצעס קען זיין נאטירלעך אדער דער פראדוקט פון א יאדער-שפאלטונג. די שטראלונג וואס קומט קען זיין איינע פון די פאלגנדע:
- אלפא שטראלונג וואס איז א פאזיטיווע שטראלונג פון א העליום קערן צאמגעשטעלט פון צוויי פראטאנען און צוויי נייטראנען.
- בעטא שטראלונג וואס איז אן עלעקטראן אדער א פאזיטראן.
- גאמא שטראלונג וואס איז עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג.