ניעלס באהר
ניעלס הענריק דאוויד באהר (7טן אקטאבער 1885 - 18טן נאוועמבער 1962) איז געווען א יידישער פיזיקער פון דענמארק וואס האט אויפגעטון אסאך אין די בוי און אויסזע פון דעם אטאם, און איז געווען פון די ערפינדער פון קוואנטום פיזיק. ער האט באקומען דעם נאבעל־פריז פאר פיזיק אין 1922.
געבורט |
7 אקטאבער 1885 קאפנהאגן, דענמארק |
---|---|
טויט |
18 נאוועמבער 1962 (אלט 77) קאפנהאגן, דענמארק |
וואוינארט | דענמארק, שוועדן, ענגלאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, קאפנהאגן |
לערנארט |
|
ער האט באקומען אן ערע דיפלאם פונעם ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט.
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןבאהר איז געבוירן געווארן אין קאפנהאגן, דענמארק, דער צווייטער פון דריי קינדער פון כריסטיאן באהר (1858—1911), א וועלטס-פיזיאלאג, און העלען (אדלער) (1860—1930).
באהר האט געלערנט פיזיק אין קאפנהאגן אוניווערסיטעט, און האט באקומען זיין דאקטאראט אין 1911. יענע יאר איז ער אריבער צום אוניווערסיטעט פון קעמברידזש צו ארבעטן מיט דזשיי דזשיי טאמסאן, אבער ער האט נישט געדאנזשעט איינארדענען מיט אים און א קורצע צייט נאכהער איז ער אריבער צו מאנטשעסטער אוניווערסיטעט צו ארבעטן מיט ערנעסט ראדערפארד, וואס האט געפארשט די סטרוקטור פונעם אטאם.
וועבלינקען
רעדאַקטירן