העליום
העליום (Helium) איז א כעמישער עלעמענט מיטן כעמישן סימבאל He און אטאם נומער 2. העליום האט נישט קיין קאליר, ריח, און געשמאק און איז נישט-גיפטיק, אינערט און מאנאטאמיש. ער שטייט אין דער שפיץ פון דער איידעלער גאז גרופע אין דער פעריאדישער טאבעלע. זיינע קאכפונקט און שמעלצפונקט זענען די נידריגסטע צווישן די אלע עלעמענטן און (אחוץ פון עקסטרעמע צושטאנדן) עקזיסטירט ער נאר אלס א גאז.
נאך הידראגען איז העליום דער מערסטער פארשפרייט עלעמענט אין דער באשעפֿעניש.