זאלץ (כעמיע)

כעמישע פארבינדונג פון יאנען

אין כעמיע, איז א זאַלץ א יאנישע פארבינדונג וואס וועט געמאכט פון א כעמישע רעאקציע צווישן א זייערס און א באזע. א זאלץ איז צוזאמענגעשטעלט פון פאזיטיווע יאנען (מיט א פאיזיטיווער לאדונג) און נעגאטיווע יאנען וואס איז סה"כ נייטראל עלעקטריש. די באשטאנדטייל יאנען קענען זיין אומארגאניש, ווי כלאריד (Cl ), אדער ארגאניש, ווי אצעטאט (C2H3O2); און קענען זיין פון איין אטאם,ווי פֿלואריד (F), אדער פון עטלעכע אטאמען, ווי סולפאט (SO42).

אין טאג־טעגלעכן לעבן ניצט מען דאס ווארט "זאלץ" פאר א געוויסן זאלץ, NaCl (נאטריום כלאריד), וואס מען ניצט פאר קאכן און אנדערע צוועקן פון צוגרייטן עסן.

אין אלגעמיין, ביי סטאנדארטן טעמפעראטור און דרוק, זענען נישט צעלאזטע זאלצן סאליד.

א צעשמאלצן זאלץ, אדער א זאלץ וואס איז צעלאזט אין א פליסיקייט, ווערט גערופן אן עלעקטראליט, ווייל עס קען דורכפירן עלעקטריע.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: זאלץ (כעמיע)