נאַטריום איז אַ מעטאלישער עלעמענט, מיט סימבאָל Na. זײַן אַטאָם־מאָס איז 23 און זײַן אַטאָם־נומער איז 11. ער איז א ווייכער זילבער־ווייס שטארק רעאגירדיקער מעטאל און איינער פון די אלקאלי־מעטאלן.

נאטריום

נאטריום אלס עלעמענט געפינט זיך נישט נאטירלעך אויף דער ערד ווייל ער ווערט אקסידירט אין דער לופט און רעאגירט שטארק מיט וואסער. אלס א גרופּע איינס מעטאל ווי ליטיום און קאליום איז עס פאראן נאר איין עלעקטראן אין זיין אויסערן עלעקטראן שאל ארביטאל וואס איז אין דעם דאזיגן פאל "3s1" אלס די עלעקטראנען-קאנפיגוראציע. כדי צו שאפן אן ענערגעטיש שטאבילן צושטאנד, וועט נאטריום גרינג פארלירן דעם "3s1" עלעקטראן אין א סאך כעמישע רעאקציעס. מען מוז אים דעריבער האלטן אין אן אינערטן פליסיקייט.