שול
(אַריבערגעפֿירט פון ביכנ"ס)
- דער ארטיקל דיסקוטירט א בית הכנסת. טאמער זוכט איר אַ וועלטלעכע אָרט וואו מען לערנט, זעט שולע.
א שול אדער בית כנסת איז א הויז וואו יידן דאווענען צו זייער גאָט.
שחרית מנחה און מעריב, דריי מאל א טאג קומט זיך אהין צונויף מיט א געזעמל פון צען יודן, ס'זאל זיין א מנין.
ספעציעלע הלכות זענען דא דערביי: מען טאר דארט גארנישט רעדן אויסער דאס דאווענען. אפילו לערנעו טאר מען נישט.
דערפאר מאכט מען היינט אז עס זאל שוין מער נישט זיין קיין שוהלן, נאר בתי מדרשים וואו דארט מעג מען יא רעדן - נישט אין צייט פון דאווענען פארשטייט זיך.
אין רוב ארטאדאקסישע שולן, איז פארהאנען א ווייבערשול, אדער ווי מ'רופט עס, עזרת נשים, וואס איז געאייגענט פאר די פרויען וואס קומען דאווענען, און זענען הינטער א מחיצה לויט דער הלכה נישט צו דאווענען אין פארנט פון א פרוי.