אין געאגראפיע באדייט א האַלבקײַלעך א העלפט פון א פלאנעט, למשל דעם ערד-פלאנעט. ס'איז אנגענומען צו טיילן די ערד אין דעם מערב־האלבקיילעך און דעם מזרח־האלבקיילעך, אויך אין דעם צפון־האלבקיילעך און דעם דרום־האלבקיילעך.

צפון־האלבקיילעך
דרום־האלבקיילעך

דער צפון־האלבקיילעך פון א פלאנעט איז דער טייל צפון פון זיין עקוואטאר, און דער דרום־האלבקיילעך פון א פלאנעט איז דער טייל דרום פון זיין עקוואטאר.

מזרח־האלבקיילעך
מערב־האלבקיילעך

די ערד קען אויך ווערן צעטיילט אין דעם מזרח־האלבקיילעך פון דעם 0° מערידיאן דורך גריניטש מזרח ביזן 180° מערידיאן (בערך די אינטערנאציאנאלע דאטע ליניע), וואס איז כולל אייראפע, אזיע, אויסטראליע און דעם מערסטן טייל פון אפריקע. דער מערב־האלבקיילעך גייט מערב פון דעם 0° מערידיאן ביזן 180° מערידיאן און איז כולל גאנץ אמעריקע. אנטארקטיקע איז צעטיילט צווישן דעם מזרח־ און מערב־האלבקיילעכער.