קריקעט
קריקעט (ענגליש: cricket) איז א שפיל צווישן צוויי מאנשאפטן פון 11 שפילער וואס מען שפילט מיט א הילקע און א באל אויף א גראדעקיקן פלאץ אין א פעלד. קריקעט איז אַן ענגלישער ספּאָרט, פּאָפּולער אויך אין אויסטראַליע און דעם אינדישן סוב-קאָנטינענט.
יעדע מאנשאפט שפילט אן "אינינגס", ווען יעדער מיטגליד אין דער מאנשאפט האט א געלעגנהייט צו מאכן "ראנ"ס, ווען די צווייטע מאנשאפט טוט שיצן דאס "פעלד". מען מאכט א "ראַן" מיט לויפן צווישן די צוויי פארטקעס.