עפענען הויפטמעניו
רעפובליק פון בענין

République du Bénin

פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון
קאנטינענט אפריקע
אפיציעלע שפראך פראנצויזיש
הויפטשטאט פארטא־נאווא 6°28′N 2°36′W / 6.467°N 2.600°W / 6.467; -2.600


רעגירונג רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
יאיי באני
גרינדונג דאטום
1טן אויגוסט 1960

(פון פראנקרייך)

פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
112,622 קוואדראט ק"מ
102
0.02%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

8,791,832[1](2009)
89
78.1 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $14.2 ביליאן ‏[2] (138סט)
וואלוטע מערב אפריקאנער פראנק
צייט זאנע WAT
אינטערנעט דאמען bj.
טעלעפאן קאד 229+

בענין (פראַנצויזיש: Bénin), אפיציעל די רעפובליק פון בענין, איז א לאנד אין מערב אפריקע. ער גרענעצט טאגא צו מערב, בורקינע פאסא און ניזשער צו צפון און ניגעריע צו מזרח; צו דרום האט ער א קורצן בארטן אויף דער בוכטע פון בענין. זי באדעקט א שטח פון בערך 110,000 קוואדראט ק"מ.

בענין האט א באפעלקערונג פון 9.3 מיליאן מענטשן (געשאצט 2011).‏[3] ביז 1975 האט דאס לאנד געהייסן דאס קעניגרייך פון דאַהאמי. די הויפטשטאט איז פארטא־נאווא, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. בענין איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

היסטאריערעדאַקטירן

די רעפובליק פון דאהאמי (פראַנצויזיש: République du Dahomey) איז געגרינדערט געווארן דעם 11טן דעצעמבער 1958, ווי אן אויטאנאמישע קאלאניע אין דער פראנצויזישער געמיינדע. אום 1טן אויגוסט 1960 איז זי געווארן אינגאנצן אומאפהענגיק. דער ערשטער פרעזידענט איז געווען היובערט מאגא. זיין רעגירונג האט געדויערט ביזן 7טן מיי 1972.

דעם 1טן מערץ 1990 האט מען געענדערט דעם נאמען פונעם לאנד צו רעפובליק פון בענין מיט א נייער דעמאקראטישער קאנסטיטוציע. אין 1996 האט מען געוועלט יאיי באני פרעזידענט.


ראיאנעןרעדאַקטירן

בענין ווערט צעטיילט אין 12 ראיאנען.

AliboriAtakoraAtlantiqueBorgouCollinesDongaCouffoLittoralMonoOuéméPlateauZou 
דעפארטמענטן פון בענין

עקאנאמיערעדאַקטירן

די עקאנאמיע פון בענין איז פון די אפהענקיק אין לאנדווירטשאפט, באוול פראדוקציע, און ראיאנישן האנדל. דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט וואקסט פון יאר צו יאר.

בענין איז א מיטגליד אין דעם מערב אפריקע מאנעטארישן אין עקאנאמישן פארבאנד (UMEOA) און האט דערפאר אדאפטירט דעם CFA פראנק, וואס איז געבונדן מיטן איירא.


רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור, די וועלט האנטבוך. בענין (2012). דערגרייכט דעם 12טן יוני, 2012
  2. CIA וועלט פאקטבוך
  3. CIA האנטבוך 2011


וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בענין