דזשיבוטי (שטאט)
הויפטשטאט פון דזשיבוטי
|
דזשיבוטי (פראַנצויזיש: Ville de Djibouti; אַראַביש: جيبوتي) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון דער רעפובליק פון דזשיבוטי אינעם הארן פון אפריקע. די שטאט האט מער ווי 600,000 באוואוינער, מער ווי 60% פון דער גאנצער באפעלקערונג פון לאנד. די שטאט איז א פארט אויפן איינגאס פון אדען, און דער אדמיניסטראטיווער, פינאנציעלער, בילדונג און קולטורעלער צענטער פון דזשיבוטי.
היסטאריע
רעדאַקטירןאין 1888 האט מען געבויט דעם פארט פון דזשיבוטי. אין 1892 איז די שטאט געווארן די הויפטשטאט פון פראנצויזישע סאמאלילאנד.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
דזשיבוטי