ליברעוויל
Libreville
ליברעוויל, גאבאן
מדינה / טעריטאָריע גאבאן
גרינדונג דאַטע 1849
קאָאָרדינאַטן 0°23′24″N 9°27′00″E / 0.39000°N 9.45000°E / 0.39000; 9.45000קאארדינאטן: 0°23′24″N 9°27′00″E / 0.39000°N 9.45000°E / 0.39000; 9.45000
בירגערמייסטער זשאן-פראנצוא עמאנע

 ‑ אין שטאָט

578,156‏  (שטייענדיג 2005)
צײַט זאָנע UTC+1

ליברעוויל (פראַנצויזיש: Libreville "פריישטאט") איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון גאבאן, אין מערב־צענטראלער אפריקע. די שטאט איז א פארט אויף דער גאבאן לעפצונג, און א צענטער פאר געהילץ האנדל. די שטאט האט געהאט א באפעלקערונג פון 578,156 איינוואוינער אין 2005.

היסטאריע

רעדאַקטירן

אין 1846 האבן די פראנצויזן געכאפט א בראזילישע שיף וואס האט געפירט שקלאפן צו פארקויפן; זיי האבן באפרייט די שקלאפן וואס האבן געגרינדעט די שטאט ליברעוויל (פריישטאט אויף פראנצויזיש) אין 1848. פון 1934 ביז 1946 איז עס געווען דער הויפט פארט פון פראנצויזישער עקוואטארישער גינע.

טראנספארט

רעדאַקטירן

נישט ווייט פון דער שטאט געפינט זיך ליברעוויל אינטערנאציאנאלע פליפעלד, דאס הויפט פליפעלד אין גאבאן.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ליברעוויל