סועץ קאנאל
דער סועץ קאנאל איז א קינסטלעכער (געבויעטער און נישט א נאטורליכער) קאנאל וואס גייט דורך אין מצרים און טײלט אפ אזיע מיט אפריקע טריקענישן. דער קאנאל איז זייער נוצבאר צוליב דעם וואס ער באניצט אלס א קורצן דורכגאנג פאר שיפן פון אזיע צו אייראפע און פֿאַרשפּאָרט צו ארומקרייזן גאנץ אפריקע.
www |
היסטאריע
רעדאַקטירן6 יאר נאך די זעקסטאגיקער מלחמה וואס ישראל האט זיך באזעצט נעבן דעם קאנאל, האט מצרים אויסגעבראכן דער יום כיפור מלחמה אין יאר ה'תשל"ד אנטקעגן ישראל. די מלחמה האט זיך געענדיקט מיט א פייער שטילשטאנד און דער קאנאל האט זיך ווידער אויפגעמאכט נאכן שלום אפמאך אין יאר 1975.
דער קאנאל היינט
רעדאַקטירןאין 2004 האט עגיפטן געזאגט אז זיי ווילן פארברייטערן דעם קאנאל כדי זאל מען קענען אריבערפירן אין איר גרעסערע לאד־טאנקען. ביאלאגיער האבן א פארדאכט אז דאס קען צובריינגען זאלן ימישע חיות פון דער ים סוף אריבערגיין צום מיטלענדישן ים און פארניכטן פארשיידענע עקזיסטירטע מינים אינעם מיטלענדישן ים.