ערד-פלאנעט

(אַריבערגעפֿירט פון ערד פלאנעט)

ערד-פלאנעט (סימבאל: 🜨; ענגליש: Earth) איז א וועלט וואס איז אויף איר פלאצירט לעבעדיקע באשעפענישן. די וועלט אדער ערד פלאנעט איז איינער פון די פלאנעטן פֿון דער זון סיסטעם די דריטער ווייטסטער פון דער זון און דער פינפטער גרעסטער אין דיאמעטער. די ווייטקייט פון דער ערד צו דער זון איז געשאצט אויף 92,897,000 מייל (149,503,000 קילאמעטער). ער איז דער איינציגסטער פלאנעט וואס שטיצט לעבן כאטש אנדערע פלאנעטן האבן אויך אטמאספערע און וואסער. אויף דער ערד לעבן מיליאנען זגאלן, כולל מענטשן.

ערד-פלאנעט

צוליב דער אזאן שיכטע און דער ערד'ס מאגנעטישן פעלד, ווערט די ערד געשיצט פון שעדיקע שטראלונג פון דער זון, און אזוי איז לעבן מעגלעך אויף דער ערד.

מער ווי 70 פראצענט פון דער ערד'ס אייבערפלאך איז באדעקט מיט וואסער; דער איבריגער טייל איז די קאנטינענטו און אינזלען, וואס אנטהאלטן אויך אזערעס. די צוויי פאלוסן זענען באדעקט מיט אייז; הארטער אייז וואס באדעקט דעם קאנטינענט אנטארקטיקע ביים דרום פאלוס, ווי אויך ים־אייז ביי ביידע פאלוסן.

די גרויסע מאסע פון דער זון שאפט א גראוויטאציע־קראפט דורך וואס די ערד פארט ארום דער זון. אזוי אויך גייט די לבנה ארום דער ערד.

די ערד דרייט זיך איין מאל יעדן טאג, דערפאר קערט אן אנדער טייל פון דער ערד צו דער זון אין אנדערע צייטן. די צייט וואס עס דויערט די ערד צו דרייען אינגאנצן הייסט א "טאג". די ערד גייט ארום דער זון איין מאל א "יאר", וואס איז לאנג ¼365 טעג.

די לבנה גייט ארום דער ערד איין מאל אין ⅓27 טעג, און שפיגלט אפ ליכט פון דער זון.

עטימאלאגיע

רעדאַקטירן

דאס ווארט "ערד" אין יידיש איז ענלעך צו די ווערטער וואס מען ניצט אין אלע גערמאנישע שפראכן: ווי האלענדיש aarde, דייטשיש Erde, און שוועדיש, נארוועגיש און דעניש jord.

צוזאמנשטעל און סטרוקטור

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ערד וויסנשאפט

די ערד איז אן ערדישער פלאנעט, ד.ה. זי איז צוזאמנגעשטעלט מיט שטיינער, ענדערשט ווי א גאז ריז ווי יופיטער. זי איז די גרעסטע פון די פיר ערדישע פלאנעטן ארום דער זון, סיי אין גרייס סיי אין מאסע. פון די פיר פלאנעטן האט די ערד די גרעסטע געדעכטקייט, די העכסטע אויבערפלאך גראוויטאציע, דאס שטערקסטע מאגנעטישע פעלד, און די גיכסטע ראטאציע.‏[1]

די ערד, ווי מיר רופן זי ערד קוגל, איז פאקטיש נישט הונדערט פראצענט רונדיג, זי האט די פארעם פון א פלאכן ספערויד. זי איז 26 מייל לענגער אין דער ברייט ווי אין דער לענג (צווישן דעם צפון פאלוס און דעם דרום פאלוס). די וועלט לויפט ארום אין קאסמאס מיט א שנעלקייט פון 66,000 מייל פער שטונדע (אגב, עס איז נישט דא קיין שום מחלוקה דערין ווי טייל מענטשן מיינען) . דאס האט מען ערשט אויסגעפינען ווען מען האט די ערשטע מאל דערגרייכט אויף דער לבנה מיט סאטעליט טעכנאלאגיע. דער דורכשניטלעכער דיאמעטער פון דער ערד איז 12,742 ק"מ, אומגעפער π/‏40,000 ק"מ, צוליב דעם וואס מ'האט אריגינעל דעפינירט דעם מעטער צו זיין 1/10,000,000 פונעם דיסטאנץ צווישן דעם עקוואטאר און דעם צפון פאלוס דורך פאריז, פראנקרייך.

דער נידריקסטער פונקט אויף דער ערד איז 418- מעטער ביים ים המלח, און דער העכסטער פונקט איז דער שפיץ פונעם עווערעסט בארג, געשאצט 8,848 מעטער. די דורכשניט הייך פון דער ערד איבערן ים פלאך איז 840 מעטער.

די יבשה פון דער ערד ווערט צעטיילט אין זיבן קאנטינענטן: אויסטראליע, אזיע, אייראפע, אנטארקטיקע, צפון און דרום אמעריקע, און אפריקע, און פארשידענע ימען. אויך קען די ערד ווערן צעטיילט אינעם צפון און דרום האלבקיילעכער, צענטרירט אויף די צוויי פאלוסן. (מען רעדט אויך וועגן די מזרח און מערב האלבקיילעכער, אבער דאס איז נישט קיין געאגראפישן באגריף.)

די ערד האט די פארעם פון א פלאכן ספערויד, צוליב דעם וואס זי דרייט זיך אויפן אַקס גאר גיך. דער עקוואטאר וואס גייט ארום דער ערד אין מיטן איז לאנג אומגעפער 40,075 ק"מ (24,900 מייל). דער העכסטער בארג, עווערעסט, איז הויך 8.8 ק"מ איבערן ים־פלאך, אבער דער שפיץ פונעם בארג טשימבאראזא, אין עקוואדאר. וואס איז נאר הויך 6.3 ק"מ איבערן ים־פלאך, איז אבער ווייטער פונעם צענטער פון דער ערד ווייל ער איז כמעט ביים עקוואטאר.

כעמישער צוזאמענשטעל

רעדאַקטירן

די מאסע פון דער ערד איז אומגעפער 1024‏ × 5.98 ק"ג. אין אלגעמיין, איז די ערד צוזאמענגעשטעלט פון אייזן (32.1%), וואסערשטאף (30.1%), סיליציום (15.1%), מאגנעזיום (13.9%), שוועבל (2.9%), ניקל (1.8%), קאלציום (1.5%) און אלומיניום (1.4%). די איבעריקע 1.2% שליסט איין א סך אנדערע כעמישע סובסטאנצן. סובסטאנצן וואס זענען זייער אומגעוויינטלעך (ווי למשל גאלד און פלאטין) זענען זייער טייער.

די הויפט באשטאנדטיילן פון די שטיינער אין דער אויבערשטער שיכטע פון דער ערד זענען די אקסידן סיליקא, אלומינא און קאלך.

טיף אין דער ערד איז גאר אנדערש ווי די העכסטע שיכטע. גאר דאס פליסיקע וואסער אין דער ערד געפינט זיך אין די ימען אדער נאענט צום אייבערפלאך פון דער ערד. אויך האט די אויבערשטע שיכטע א סך זויערשטאף, וואס איז כמעט נישט בנמצא טיף אין דער ערד. בעלי חיים און פלאנצן קענען לעבן נאר אויפן אייבערפלאך. די שטיינער אין דעם אייבערפלאך זענען טיף פון 30 ביז 60 ק"מ, אבער אונטערן ים זענען זיי נישט אזוי טיף—אין טייל ערטער נישט מער ווי 6 ק"מ. אונטער דעם איז א שיכטע פון פליסיקען שטיין וואס איז גאר הייס, אומגעפער 7,000°C. דער טיפסטער טייל אין צענטער פון דער ערד איז סאליד צוליב דעם גרויסן דרוק, און איז מערסטנס אייזן; וועגן דעם איז די ערד מאגנעטיש.

טיף אין דער ערד איז זייער הייס. דאס קומט בעיקר פון ראדיאאקטיוויטעט פון איזאטאפן פון קאליום-40, אוראניום-235, אוראניום-238 און טאריום-232. די וויסנשאפטלער קלערן אז אינמיטן דער ערד איז די טעמפעראטור ביז C°‏ 6,000.

ערד-פלאטעס

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ערד פלאטעס

די אייבערשטע שיכטע פון דער ערד, וואס מען רופט די ליטאספערע (ספערע פון שטיין), איז צעטיילט אין עטלעכע פלאטעס. די פלאטעס זענען שטייף, אבער באוועגן זיך אין פארהעלטעניש מיט אנאנד. ערדציטערנישן און וואולקאנישע טעטיקייטן פאסירן וואו די פלאטעס קומען צוזאמען.

אטמאספער

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אטמאספער

די ערד איז ארומגענומען מיטן אטמאספער, וואס איז 78% אזאט און 21% זויערשטאף, מיט א קליין ביסל וואסער דאמף און קארבאן דיאקסיד. דער נידריקסטער טייל פונעם אטמאספער, מיט 80% פון זיין מאסע, הייסט דער טראפאספער, און איז הויך צווישן 8 ק"מ (ביי די פאלוסן) ביז 17 ק"מ (ביים עקוואטאר). ענערגיע פון דער זון ווארעמט אן דעם טראפאספער (און דעם אייבערפלאך פון דער ערד) אזוי ברייטערט זיך אויס די לופט. במילא האט די לופט איבער דער ערד א נידעריקע געדיכטקייט, און זי הייבט אן ארויפגיין, ווען די קילערע לופט פון אויבן פאלט אראפ. דאס שאפט א כסדרדיקע צירקולאציע פון לופט וואס טרייבט וועטער און קלימאט.

די הויפט אטמאספערישע צירקולאציעס זענען די האנדל ווינטן צווישן 30ְº גארטל-ליניעס און דעם עקוואטאר און די מערבדיקע ווינטן צווישן 30ְº און 60ְº. אויך האבן די אקעאן שטראמען אן איינפלוס איבערן וועטער.

לעבעדיגע באשעפענישן דארפן האבן לופט כדי צו אטעמען און לעבן. זיי ניצן די גאזן—ספעציעל זויערשטאף און אזאט—צו שאפן און ניצן צוקער און צו געבן זיך קראפט.

אזוי ווי די ערד דרייט זיך טוט דאס באוועגן די לופט קיין צפון און דרום, ווייל נאנט צום עקוואטאר ווערט די ערד ווארעם פון דער זון. העכער דעם וועסער נעמט די לופט אריין וואסער; אבער קאלטע לופט קען נישט האלטן אזוי פיל וואסער, און ווען די לופט ווערט קעלטער שאפט דאס וואלקנס און רעגן. וואסער דרייט זיך כסדר אין א קרייז וואס מען רופט דעם וואסער-ציקל.

ארביט און ראטאציע

רעדאַקטירן

די תקופה פון דער ערדס ראטאציע אין פארהעלטעניש צו דער זון—דער דורכשניטלעכער זון טאג—איז 86,400 סעקונדעס. דער ערדס ראטאציע אין פארהעלטעניש צו די שטערן—דער שטערן טאג—איז 86,164.0989 סעקונדעס, ד"ה 23ש 56מ 4.0989ס.

צוליב דער ראטאציע פון דער ערד, זען אויס אלע הימלישע קערפער אז זיי רוקן קיין מערב מיט א גיך פון 15° א שעה.

די ערד גייט ארום דער זון ווייט 150 מיליאן ק"מ יעדע 365.2564 דורכשניטלעכע זון טעג, איין סידעריש יאר. פון ערד זעט אויס די זון צו רוקן מזרחדיק אין פארהעלטעניש צו די שטערן כמעט 1º א טאג.

די לבנה און ערד ארביטירן א געמיינזאמען באריצענטער יעדע 27.32 טעג רעלאטיוו צו די הינטערגרונט שטערן. אז מען רעכנט מיט די ערד-לבנה סיסטעמ׳ס בשותפותדיקן ארביט ארום דער זון, איז דער פעריאד פון דעם סינאדישן מאנאט, פון מולד צו מולד, 29.53 טעג. קוקנדיק פון דעם הימלישן צפון פאלוס, זענען די באוועגונג פון דער ערד, פון דער לבנה, און זייערע אַקס-ראטאציעס אלע קעגנזייגערדיק. אז מען קוקט פון אן אויסבליקפונקט איבער די צפון פאלוסן פון סיי די זון סיי די ערד, טוט די ערד ארביטירן אין א קעגנזייגערדיקער ריכטונג ארום דער זון. דער ערד׳ס אַקס איז אנגעבייגט עטלעכע 23.44 גראד פון דעם פערפענדיקולאר צום ערד-זון פלוין (דער עקליפטיק), און דער ערד-לבנה פלוין איז אנגעבייגט ביז ±5.1 גראד קעגן דעם ערד-זון פלוין. אן דעם אנבייג וואלט פאסירט א ליקוי יעדע צוויי וואכן, איין מאל א ליקוי לבנה און דאס אנדערע מאל א ליקוי חמה.[2][3]

עלטער פון דער ערד

רעדאַקטירן

ווי אלט די ערד איז איז איינע פון די גרעסטע דעבאטעס אין וויסנשאפט און אין רעליגיע מיט טויזנטער ווערסיעס. רוב מאדערנע וויסנשאפטלער גלייבן אז די וועלט איז פארמירט געווארן בערך 15 מיליארד יאר צוריק און די לבנה האט אנגעהויבן צירקולירן ארום דער וועלט בערך 4.53 ביליאן יאר צוריק. לויט דער אידישער רעליגיע איז די וועלט באשאפן געווארן 5769 יאר צוריק און האט נאך אינגאנצן 231 יאר צו שטיין.

די וויסנשאפטלעכע חשבונות זענען געבויט אויף די שטיינער פון דער וועלט וועלכע איז די איינציגסטע זאך וואס איז נאך היינט פארבליבן פון דער וועלט'ס באשאפונג. זיי מעסטן די שטיינער און לויט דער צייט עס אז טייל פון זיי זענען אלט איבער 4 ביליאן יאר.

צו פארענטפערן וויסנשאפט האבן אידן גענוצט פיר תירוצים:

1) דער מבול האט פארעלטערט די וועלט דורך איר שטארקן כוח ווי עס שטייט אין די תורה: "וימח את כל היקום" און דאס צייגט ביליאנען יאר אלט. עס דארף נישט דוקא זיין די מבול, לויט די וויסנשאפטלער איז דא קליינע אויפרייסענישן וואס מאכט אז דער וועלט זאל אויסקוקן עלטער.

2) די וועלט איז באשאפן געווארן אן אלטע וועלט געפארטיגט מיט פלאנצונגען און אלטע שטיינער.

3) דאס וואס שטייט אין דער תורה אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין 6 טעג זאגן א חלק פון די מקובלים אז עס מיינט געוויס אנדערע טעג ווי מיר האבן היינט נישט טעג פון 24 שעה און עס האט מעגליך געקענט זיין אזוי לאנג ווי מיליאנען יארן. א באווייז אויף דער טעאריע איז אז דער וועלט איז באשאפן געווארן כ"ה אלול קומט אויס אז דער זעקסטער טאג וואס אין דעם טאג איז אדם הראשון באשאפן געווארן איז ראש השנה ממילא קומט אויס אז ווען אונז רעכענען ראש השנה נאך א יאר איז פון ראש השנה וואס אדם הראשון איז געבוירן געווארן און וואס עס איז געווען פאר דעם איז מען מסביר אז עס איז געווען גאנץ אן אנדער מציאות אזוי ווי עס שטייט אין רמב"ן אז אין א געוויסע פונקט איז באשאפן געווארן די צייט. די טעאריע פון אנדערע טעג ווערט אויך געברענגט אין פריערדיגע ספרי צדיקים אויף משיח'ס קומען ווען א טאג וועט זיין ווי היינט א יאר אדער מער.

4) "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ. והארץ היתה תוהו ובוהו"... און ביליאנען יאר שפעטער איז געווען די "ויאמר אלקים יהי אור ויהי אור".

ווי פיל צייט שטייט שוין די וועלט

רעדאַקטירן

לויט די פארשערס 13.7 מיליארד יאר. און לויט דער תורה שטייט זי באלד 6,000 יאר.

די ערד איז די איינציגע סביבה וואו (לויטן היינטיקן וויסן) ס'איז דא לעבן. ארום דער ערד איז דא אן אטמאספעאר וואס אנטהאלט זויערשטאף, דער וויכסטיקער מיטל פאר לעבן, און ארום דעם זויערשטאף איז דא א שיכט פון אזאן וואס שיצט קעגן שעדלעכער ראדיאציע.

די ערד איז ארומעגענומען מיט לופט, וואס איז 78% אזאט, 21% זויערשטאף און א קליינער טייל אנדערע גאזן. די גראוויטאציע פון דער ערד פועלט אז די לופט זאל נישט אוועקגיין אינעם קאסמאס.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Stern, David P. (2001-11-25). Planetary Magnetism. NASA. דערגרייכט דעם 2007-04-01.
  2. Williams, David R. (‏16טן מערץ 2017). Earth Fact Sheet. NASA/Goddard Space Flight Center. דערגרייכט דעם ‏26סטן יולי 2018.
  3. Moon Fact Sheet. NASA (‏‏1טן סעפטעמבער 2004). דערגרייכט דעם ‏21סטן מערץ 2007.
די זון סיסטעם
 
 
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון־סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פֿון פּלאַנעטן