מאפוטא
|
מאַפוטא (פארטוגעזיש: Maputo) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון מאזאמביק. די שטאט איז א פארט שטאט אויפן אינדישן ים. די הויפט עקספארטן זענען צוקער, באוול, כראמיט, סיסאל, קאפרא און האלץ. אין דער שטאט ווערט פאבריצירט צעמענט, טעפעריי, מעבל, שיך און גומע.
לויטן צענזוס פון 2007 האט מאַפוטא געהאט א באפעלקערונג פון 1,766,184 באוואוינער.
טראנספארטרעדאַקטירן
פליפלעצעררעדאַקטירן
מאפוטא אינטערנאציאנאלע פליפעלד איז דאס הויפט אינטערנאציאנאלע פליפעלד אין מאזאמביק. אין 2010 האט מען געעפנט א נייעם טערמינאל מיט אן ארייננעם פון 900,000 פאסאזשירן א יאר.
טראמווייעןרעדאַקטירן
מאפוטא האט געהאט איינע פון די ערשטע טראמווי סיסטעמען אין דער וועלט, אין 1904. זייט 1975 ארבעט נישט די טראמוויי.
פארטרעדאַקטירן
אין 1971 האט דער פארט פון מאפוטא באהאנדלט 17 מיליאן טאנען פון פראכט. אין 2010 האט מען ארויסגעגראבן א קאנאל און היינט קענען די מאדערנע גרויסע שיפן ניצן דעם פארט.
צווילינג שטעטרעדאַקטירן
מאפוטא איז פארצווילינגט מיט: