רעפובליק פון גינע-ביסאַו
República da Guiné-Bissau
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Esta é a Nossa Pátria Bem Amada
(דאס איז אונזער באליבטע היימלאנד)
אָרט פֿון
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך פארטוגעזיש
הויפּטשטאָט ביסאו 11°52′N 15°36′W / 11.867°N 15.600°W / 11.867; -15.600


רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
10טן סעפטעמבער 1974
(פון פארטוגאל)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
36,125 קוואַדראַט ק"מ
136
22.4
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

10,601,009 (2011)
79
44.1 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $1.931 ביליאן (2012) (193סט)
וואַלוטע מערב אפריקאנער פראנק
צײַט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען gw.
טעלעפֿאָן קאָד 245+

די רעפובליק פון גינע-ביסאַו (פּאָרטוגעזיש: República da Guiné-Bissau רעפּובליקאַ דע גינע-ביסאַו) איז אַ קליין לאַנד אויף דעם אַטלאַנטישן ברעג פון מערב אפריקע. דאס לאנד גרענעצט סענעגאַל אין צפון, גינע צו דרום און מזרח , און דעם אטלאנטישן אקעאן צומערב. די הויפטשטאט איז ביסאַו. גינע-ביסאו באדעקט א שטח פון 36,125 קוואדראט ק"מ.

פיר עטנישע גרופעס וואוינען אין גינע-ביסאו: די באלאנטע, פֿולאני, מאלינקע און מאנדיאקא. בערך 1,600,000 מענשטן וואוינען אין גינע-ביסאו (2010).

גינע-ביסאו איז פריער געווען א פארטוגעזישע קאלאניע.

די אפֿיציעלע שפראַך פון לאַנד איז פארטוגעזיש, אבער נאר 2% פֿון דער באפֿעלקערונג רעדן פארטוגעזיש אלס ערשטע שפראך, און 33% רעדן אלס צווייטע שפראך. די נאציאנאלע שפראך איז קרעאל וואס כמעט אלע רעדן. די איינוואוינער פון גינע־ביסאו האבן פארשידענע רעליגיעס, קיין איינע פון זיי האט נישט קיין מערהייט. אין 2008 איז געווען געשאצט אז 40% פון דער באפֿעלקערונג זענען מוסולמענער און 22% קריסטן.

היסטאריערעדאַקטירן

גינע-ביסאו איז אמאל געווען אינעם גאַבו קעניגרייך, א טייל פון דער מאלי אימפעריע.

פאליטיקרעדאַקטירן

געאגראפיערעדאַקטירן

 
טיפישע לאנדשאפט אין גינע-ביסאו
 
סאטעליט בילד פון גינע-ביסאו (2003)
 
זעלטענע זאלצוואסער היפאפאטאמען אין אראַנגא אינזל

גינע-ביסאו ליגט צווישן די 11° און 13° צפון גארטל ליניעס (אויסער א קליינעם שטח דרום פון 11°), און צווישן די 13°- און 17°- מערב מערידיאן ליניעס.

דאס לאנד איז גרויס 36,125 קוואדראט ק"מ, גרעסער פון טייוואן און בעלגיע, און ליגט ביי א נידעריגער הייך, נישט העכער ווי 300 מעטער.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גינע-ביסאו