זאמביע
די רעפובליק פון זאַמביע (ענגליש: Republic of Zambia) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרומדיקער אפריקע. זאמביע גרענענט די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו צפון, טאנזאניע צו צפון־מזרח, מאלאווי צו מזרח, מאזאמביק, זימבאבווע, באצוואנע און נאמיביע צו דרום, און אנגאלא צו מערב. די הויפטשטאט איז לוסאקא, פלאצירט אין דרום־צענטראלן טייל פון לאנד. דער זאמבעזי טייך פלוסט אדורכן לאנד.
רעפובליק פון זאמביע Republic of Zambia | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | עגליש | ||||
הויפּטשטאָט | לוסאקא 15°25′S 28°17′E / 15.417°S 28.283°E | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
רופיאה באנדא | ||||
גרינדונג דאַטום |
24סטן אקטאבער 1964 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
752,618[1] קוואַדראַט ק"מ 39טע 1 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
12,935,000 71סטע 17.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $18.454 ביליאן[2] (124סט) | ||||
וואַלוטע | זאמבישע קוואטשא | ||||
צײַט זאָנע | צענטראלע אפריקע צייט | ||||
אינטערנעט דאָמען | zm. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 260+ |
די אייראפעישע אויספארשערס האבן אנגעהויבן קומען אין זאמביע אינעם 18טן יארהונדערט, און די הויפטן פון די לאקאלע שבטים האבן מסכים געווען אז דאס לאנד זאל ווערן א בריטישן פראטעקטאראט, וואס האט געהייסן צפון רהאדעזיע.
אום 24סטן אקטאבער 1964 האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך געמאכט צפון רהאדעזיע איר זעלבשטענדיק, און זי איז געווארן א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. פון 1964 ביז 1991 האט קענעט קאונדא געפירט דאס לאנד, אלס אן איינפארטייאישער שטאט. דער צווייטער פרעזידענט איז געווען פרעדעריק טשילובא, פון 1991 ביז 2002. דער דריטער פרעזידענט איז געווען לוי מוואנאוואסא, ביז זיין טויט אין 2008. ער האט אסאך געטון אויסראטן קארופציע אין דער רעגירונג.
היסטאריע
רעדאַקטירןדאס לאנד זאמביע ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פונעם "זאמבעזי" טייך וועלכער לױפּט דורך דעם לאנד, אבער פאקטיש איז דאס לאנד גערופן געווארן מיט אן אנדערן נאמען דורכאויס א תקופה, ווען עס איז געווען אונטער דער הערשאפט פון די ענגלענדער, וועלכע האבן עס גערופן "צפון רהאדעזיע".
פארצייטנס איז זאמביע געווען באוואוינט מיט אן אפריקאנער שבט וואס ווערט גערופן "כויסאן" שבט. מיט ארום פופצן הונדערט יאר צוריק זענען וואנדערנדע שבטים פון מערב אפריקע אנגעקומען קיין מזרח און צענטראל אפריקע. זיי ווערן גערופּן די "באנטו" שבטים, און זיי האבן זיך אויך באזעצט אין זאמביע, צווישן אנדערע לענדער אין מזרח און דרום אפריקע. היינט צוטאג זענען רוב פון די לענדער אין יענע געגנטער באוואוינט מיט די אפשטאמיגע פון די באנטו שבטים.
די אויסוואנדערונג פון די באנטו שבטים איז געווען א וויכטיגע היסטארישע געשעעניש וואס האט געטוישט דעם אפריקאנער קאנטיענט. זיי האבן מיטגעברענגט מיט זיך אייזערנע כלים און געצייג וואס זיי האבן פארשפרייט דורכאויס אפריקע.
די ערשטע באנטו איינוואוינער אין זאמביע האבן געוואוינט אין קליינע שטעטלעך, און אין יעדן שטעטל איז געווען א לאקאלער הערשער. זיי זענען נישט געווען ארגאניזירט אלס א פאראייניגט לאנד נאר יעדעס דערפל האט זיך געפירט זייער אייגענע ווירטשאפט. ווען די פעלדער זענען שוין געווען אויסגענוצט און מען האט שוין נישטּ געקענט פלאנצן דארט, האט דאס גאנצע שטעטל זיך געפאקט די פעק און זיך אריבערגעצויגן צו א נייעם געגנט.
אן אייראפעאישער פארשער וועלכער האט באזוכט די באנטו שבטים אין יענע יארן שרייבט: "ווען זיי דארפן וואפן פאר מלחמה אדער צוּ פאנגען, גייען זיי אין די בערג און גראבן אויף די ערד ביז זיי טרעפן אייזן. דערנאך צעשמעלצן זיי די אייזן און מאכן אלע סארטן געצייג דערפון. זיי פארברענען האלץ און מאכן קוילן צו הייצן. זיי מאכן פייפערס פון די הויט פון א בהמה, און מוזיקאלישע אינסטרומענטן פון ליים. ער שמעלצט און פארעמט אויס אלע געצייג און טוט די ארבעט פון א געווענליכן שמעלצער."
די באנטו שבטים האבן זיך אויך באשעפטיגט מיט האנדל. זיי פלעגן גיין קיין דרום זאמביע וואו עס פלעגן זיך טרעפן מערערע סוחרים וועלכע זענען געקומען פון זימבאביע - װאו עס א דעמאלט געווען א גרויסער ביזנעס צענטער - און אנדערע לענדער מען האט אויפגעטוישט צירונג, גאלד, סחורה און נאך פדאדוקטן, טייל פון וועלכע זענען געקומען פון אינדיע, כינע און אראביע.
אין די שפעטערדיגע יארן האט זיך געגרינדעט אין זאמביע א קעניגרייך וואס האט זיך גערופן "לובא קעניגרייך", און דערנאך האט זיך שפעטער אויך געגרינדעט דאס "לונדא קעניגרייך". דאס לובא קעניגרייך האט געהאט א צענטראלע רעגירונג, ווי אויך קלענערע אומאפהעניגע מלוכות אונטער זיך. זיי זענען שוין דאמאלט געווען מען פארגעשריטן, זיי האבן זיך געלערנט צו בויען שיפלעך, און געבויט קאנאלן און דאמבעס אזוי הויך ווי אכט פיס. אלס רעזולטאט האט זיך זייער עקאנאמיע היפש פארבעסערט, און מען האט געהאנדלט מיט פיש, זאלץ, און קופּערנע און אייזערנע חפצים וואס זי האבן ערצייגט. זיי האבן אויך געהאט א היפש סאפיסטיקירטע קולטור פון שרײבווערק און קונסטווערק.
אין יאר תרט"ו (1855) איז אנגעקומען קיין זאמביע דער סקאטישער פארשער דעיוויד ליווינגסטאן. ער איז געװען דער ערשטער אייראפעער וועלכער האט געזען די וואונדערליכע וואסערפאלן ביים זאמבעזי טייך און ער האט עס א נאמען געגעבן "וויקטאריע וואסערפאלן" נאך דער קעניגין וויקטאריע פון בריטאניע, אבער ביי דער לאקאלער באפעלקערונג איז דער וואסערפאל געווען באקאנט אלס "מאסי-א-טוניא" - וואס באדייט "דונערנדע רויך".
די באשרייבונגען און שילדערונגען פון ליווינגסטאן האט געברענגט אז אסאך אייראפעער זאלן פארן קיין אפריקע אויספארשן זאמביע. אין יאר תרמ"ח (1489) האט ענגלאנד באקומען די רעכטן אויסצוגראבן די מינעראלן פּון זאמביע און די ארומיגע לענדער פון דעם "לאזי" שבט, וועלכע זענען איינער פון די באנטו שבטים, און ציילן ארום 5 מיליאן מענטשן היינט צוטאג.
די ענגלענדער האבן געגרינדעט א קאלאניע וואס האט זיך גערופן "רהאדעזיע" - וועלכע איז באשטאנען פון צוויי טיילן: צפון רהאדעזיע - איז געווען די היינטיגע זאמביע, און דרום רהאדעזיע - איז געווען די היינטיגע זימבאבווע. אזוי אויך האבן זיי געגרינדעט דעם דערנעבנדן לאנד "נייאסאלאנד", היינט באקאנט אלס מאלאווי.
די "פעדעראציע פון רהוזאדעדיע און נייעסלאנד" האט אריינגעברעגט גרויסע אוצרות פאר דער ענגלישער מלוכה, א דאנק די פיל מינעראלן וואס זענען באהאלטן אונטער זייער ערד. דאס פאלק האט היפש פראטעסטירט קעגן דער ענגלישער הערשאפט, אבער עס איז נישט געווען קיין סאך וואס צו טון פון די פרימיטיווע אפריקאנער שבטים קעגן דעם מאכטפולן בריטישן קעניגרייך.
זעלבשטענדיגקייט
רעדאַקטירןאין יאר תשכ"ד (דעצעמבער 1963) האט די פעדעראציע זיך אויפגעלעזט, און אין דעם פאלגנדן יאר האט צפון-רהאדעזיע זיך געגרינדעט אלס זעלבסטשטענדיג לאנד מיטץ נאמען זאמביע. עס זענען פארגעקומען וואלן און מען האט אויפגענומען קענעט קאונדא אלס דער ערשטער פריים מיניסטער און שפעטער אלס פרעזידענט.
אין די ערשטע יארן זענען פארגעקומען מערערע אומרוען אין לאנד עס זענען געווען ווייניג פעאיגע און געלערנטע מענטשן צו פירן די נייע רעגירונג, און די עקאנאמיע איז געווען אפּהענגיג אויף פרעמדע עקספערטן. עס זענען פארבליבן ארום זיבעציג טויזנט אייראפעער אין זאמביע נאכדעם וואס עס איז געגרינדעט געווארן אלס זעלבסטשטענדיג לאנד, און זיי האבן געשפּילט זייער א וויכטיגע ראלע אין דער עקאנאמיע נאך דער גרינדונג.
עס האבן זיך באלד אנגעהויבן געשלעגן און פאליטישע קאמפן מען האט זיך אמעהױבן שלאגן מיט'ן שכינות'דיגן זימבאבוועי, און דאס האט געפירט אז די גרעניץ צווישן זאמביע און זימבאבווע איז געווארן אפגעשפארט. אזוי אויך איז די עקאנאמיע שטארק געפאלן, וויבאלד די הויפט אויסליפערונג פון זאמביע איז קופער, און דער פרייז פון קופער איז שטארק געפאלן אין די 1970'ער יארן.
דערווייל איז זאמביע געפירט געווארן ווי א דיקטאטור און עס איז נישט געװוען קיין דעמאקראטיע. קאונדא איז געבליבן זיצן אויפ'ן בענקל לאנגע יארן, און עס האט זיך געפירט לויט די פארשריפטן פון קאמוניזם.
עס האט זיך אנגעהױבן א שטארקער ווידערשטאנד קעגן דער פירערשאפט פון קאונדא, און אין יאר תּש"נ (1990) האט מען פרובירט אומצובדענגען קאונדא אין אן אטענטאט.
דעם פאלגנדן יאר תשנ"א (1991) האט קאונדאן ענדליך מסכים געווען אפצוהאלטן וואלן צו ערמעגליכן פאר אנדערע פארטייען צו געווינען זיצן אין דער רעגירונג. קאונדא האט פארלוירן און ער איז געווארן באזייטיגט פון דער מאכט.
עקאנאמיע
רעדאַקטירןזאמביע איז פון די ארימסטע לענדער אין דער וועלט. אין דעם 21סטן יארהונדערט האט דער מצב אנגעהויבן צו פארבעסערן. א גרויסער טייל פון דער עקאנאמיע איז אפהענגיק אין אויסגראבן און באארבעטן קופער.
85% פון דער באפעלקערונג איז באשעפטיקט אין לאנדווירטשאפט. דער הויפט פֿארם פראדוקט איז קוקורוזע, וואס איז סיי א קוואל פון איינקומפט סיי א חשובער קוואל פון שפייז פאר די פארמער. אחוץ דעם טוט מען וואקסן סארגע, פיסטאשקעס, גרינצייג, טאבאק, באוול און קאפע, ווי אויך בהמות.
אין די 2000 יארן האט די עקאנאמיע אין זאמביע זיך אנגעהויבן פארבעסערן. דער איינקונפט איז געשטיגן, די ריבית ראטעס זענען געפאלן, און אסאך פרעמדע אינוועסטירער האבן איינגעשטעקט געלט אין די מינעס, וויבאלד דער פרייז פון קופער איז געשטיגן איבער דער וועלט.
די עקאנאמיע אין זאמביע איז שוין לאנגע יארן באזירט אויף קופער, אבער לעצטנס האט זאמביע אויך אנגעהויבן אינוועסטירן אויסצוגראבן אנדערע מינעראלן, א שטייגער װוי ניקל, צין און געפלאנצטע ווייץת טאבאק בלעטער, און פעפערלעך אויף א געשאצטע הודערט און פופציג פארעמעס, און דאס האט געהאט א גינגאסטישע השפעה אויף דער עקאנאמיע.
אין יאר תשס"ד 2004, צום ערשטן מאל אין זעקס און צוואנציג יאר, האט זאמביע אויסגעליפערט מער קארן ווי זיי האבן אריינגעליפערט אין לאנד.
געאגראפיע
רעדאַקטירןדאס לאנד זאמביע איז ארומגענומען מיט טריקעניש פון אלע זייטן. זאמביע איז ארומגענומען מיט די פאלגנדע לענדער: זימבאבוועי אויף דרום זייט; טאנזאניע, מאזאמביק און מאלאווי אויף מזרח זייט, קאנגא אויף צפון זייט, נאמיביע אויף דרום--מערב זייט, און אנגאלא אויף מערב זייט.
דאס לאנד באשטייט מיינסטנס פון פלאכע שטחים, מיט קלענערע בערגלעך וועלכע ווערן איבערגעהאקט דורך עטליכע טאלן און טייכן. עס זענען פארהאן הויפטזעכליך צוויי גרויסע טייכן אין דעם לאנד. דער זאמבעזי טייך וואס איז אינעם צענטער מערב און דרום פון לאנד, און דער קאנגא טייך וועלכער איז אין צפון פונעם לאנד.
דער זאמבעזי טייך גיסט זיך אויס אין דעם טייך קאריבא, פאלנדיג איבער דריי הונדערט פיס, איבער א שטח פון א מייל לאנג, דאס שאפט דער וואונדערליכער נפֿלאות הבורא פון די "װיקטאריע וואסערפאלן". דער וויקטאריע וואסערפאל געפינט זיך ביי דער גרעניץ צווישן זאמביע און זימבאבוועי, און מען קען עס זען פון ביידע לענדער, אבער רוב מערב וועלט טוריסטן גײיען קוקן דעם וויקטאריע וואסערפאל פון זאמביע.
אויף צפון זייט פון זאמביע געפינט זיך דער ריזיגער שטח וואס װערט גערופן "קופער-בעלט פראווינץ", וועלכער גייט אויך אריין אין דעם שכינות'דיגן קאנגא אויף צפון זייט. דער שטח איז זייער רייך אין קופער און פון דארט קומט די קופּער וואס ווערט אויסגעגראבן אין זאמביע. אסאך גרויסע שטעט געפּינען זיך אין דער פראווינץ, און ביי די ארטיגע אפריקאנער איינוואוינער ווערט דער געגנט אפּט גערופן "קאפאלא".
דער דרום טייל פון דער קופער-בּעלט פראווינץ באשטייט פון פעלדער. אלע פעלדער פון דער פראווינץ אינאיינעם באשטייען ארום זעקס און א האלב פראצענט פון די פעלדער אין זאמביע. זיי פראדוצירן איבער דריי הונדערט טויזנט מעטרישע טאן פראדוקציע, וואס איז נאנט צו אכט פּראצענט פון דער גאנצער אגריקולטור פראדוקציע פונעם לאנד.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק אפטיילונג. Population by sex, rate of population increase, surface area and density (PDF). דערגרייכט דעם 2007-11-09.
- ↑ זאמביע. אינטערנאציאלער מאנעטארישער פֿונד. דערגרייכט דעם 2010-04-21.