רבי אברהם יעקב פרידמאן (כ' חשוון ה'תק"ף - י"א אלול ה'תרמ"ג), פון סאדיגורא, איז געווען דער צווייטער זון פון דעם רוזשינער.

אברהם יעקב פרידמאן
געבורט 28 אקטאבער 1820
רוזשין, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 12 סעפטעמבער 1883 (אלט 62)
סאדיגורא, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט סאדיגורא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט דער זון פונעם הייליגן רוזשינער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט אברהם יעקב פרידמאן (באדייטן).
גראוויור פון רבי אברהם יעקב פון סאדיגורא

רבי אברהם יעקב איז געבוירן כ' חשוון ה'תק"ף, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.

נאך זיין ברודער רבי שלום יוסף'ס פטירה, י"א אלול ה'תרי"א, איז רבי אברהם יעקב געווארן דער ממלא מקום פון פאטער און ברודער, אלס רבי אין סאדיגורא.

זיין איינפלוס האט געהאט א ווייטן פארנעם, זיינע אנהענגערס האבן זיך געציילט אין טויזנטער, צווישן זיי באקאנטע רבי'ס און רבנים. רבי אברהם יעקב איז געווען דער פרעזידענט (נשיא) פון צדקת רמבה"נ פאר גאנץ רוסלאנד, דורך זיין אינטערווענירונג האט מען אויפגעשטעלט די אלע הייזער פון כולל וואהלין אין ירושלים.

נאך שבועות ה'תרמ"ג איז רבי אברהם יעקב קראנק געווארן, די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז זיין מאגן איז איינגעטריקנט געווארן פון אזויפיל פאסטן. י"א אלול, דעם זעלבן טאג וואס זיין עלטערע ברודער איז נפטר געווארן, האט ער געזאגט דברי תורה אויף דעם פיוט "נאפד נקמה סתרו יושר", ער האט געדאוונט זיין לעצטן מעריב, און איז נפטר געווארן י"א אלול ה'תרמ"ג, ער ליגט אין סאדיגורא אין פאטער'ס אוהל.

רבי אברהם יעקב האט געהייראט אין עלטער פון דרייצן יאר, י"ח סיון [1] ה'תקצ"ג אין פינסק, מרת מרים, א טאכטער פון הרב אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון הרב אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין. זייערע קינדער:

  • הרב אשר פרידמאן, ער איז נפטר געווארן אלץ חתן.

בזיווג שני האט רבי אברהם יעקב געהייראט מרת "גיטל", א טאכטער פון זיין ברודער רבי מנחם נחום פרידמאן פון שטעפאנעשט.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (4)
  1. נר ישראל בערכו, א.ל.ג. י"ז סיון