אבי עזרא זעליג שפירא
רבי אבי עזרא זעליג שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ו - י"ט מנחם אב ה'תרמ"ה), פון סטרי
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי זעליג'ל איז געבוירן ה'תקצ"ו (אומגעפער) , צו זיין פאטער הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון הרב אלימלך פון ליזשענסק, דער נועם אלימלך.
רבנות
רעדאַקטירןנאך זיין חתונה איז רבי זעליג'ל געבליבן וואוינען אין סאדיגורא, הערשט נאכדעם וואס זיין שווער איז נפטר געווארן, אין יאר ה'תרמ"ג, האט רבי זעליג'ל זיך געלאזט איינבעטען ביי זיינע אנהענגער און זיך געצויגן קיין סטרי און אנגעהויבן פראווען רביסטווע.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי זעליג'ל איז נפטר געווארן י"ט מנחם אב ה'תרמ"ה, און ליגט אין סאדיגורא.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי זעליג'ל האט געהייראט מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן, פון סאדיגורא. זייערע קינדער:
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (1)