רבי ישראל שלום יוסף העשל זצ"ל (חשוון ה'תרי"ג - כ"ט מנחם אב ה'תרע"א), רבי אין מעזשביזש.

רבי ישראל שלום יוסף איז געבוירן חשוון ה'תרי"ג, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, "דער אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת לאה רחל א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"א איז רבי ישראל שלום יוסף געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, און איז געווען רבי אין מעזשביזש דרייסיג יאר.

רבי ישראל שלום יוסף איז נפטר געווארן כ"ט מנחם אב ה'תרע"א, אין דוויעזשניקא לעבן וויזשניץ, און ער ליגט אין אוהל פון צמח צדיק.

בזיווג ראשון האט רבי ישראל שלום יוסף געהייראט אלול ה'תרכ"ו מרת שרה רבקה ( - כ"ה סיון ה'תרמ"ז), א טאכטער פון זיין פעטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בת שבע טרינא הי"ד א טאכטער פון הרב יעקב שמשון חאדאראוו, רב אין באהופולי. זייערע קינדער:

  • מרת לאה רחל הי"ד, די ווייב פון הרב שמואל פיינער פון קראקא.
  • מרת חיה מרים סימא.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר