נחום מרדכי פרידמאן
רבי נחום מרדכי פרידמאן זצ"ל (י"ז שבט ה'תרל"ד - י"ח אדר ב' ה'תש"ו), פון טשארטקאוו.
געבורט |
1874 טשארטקאוו, עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
---|---|
טויט | 1946 (אלט 72 בערך) |
קבורה ארט | הר הזיתים |
נחום מרדכי פרידמאן | |
---|---|
געבורט | י"ז שבט ה'תרל"ד טשארטקאוו |
פטירה | י"ח אדר ב' ה'תש"ו) |
חסידות | טשארטקאוו |
נומער אין דינאסטיע | 3 |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי נחום מאט'ניו איז געבוירן אין טשארטקאוו, י"ז שבט ה'תרל"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שבע רוחמה, א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא.
רבנות
רעדאַקטירןנאך דער פטירה פון פאטער י"ג כסלו ה'תרצ"ד, האט רבי נחום מאט'ניו נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטעווע פון פאטער, ווען זיין מוטער האט אים באפוילן אז ער מיז אנהייבן צו פראוון האט ער געפויעלט ביי זיין יונגערן ברודער רבי בערניו זאל פראוון מיט אים אונאיינעם.
רבי נחום מאט'ניו איז געלונגען אין יאר ה'תרצ"ו צו אנטלויפן פון וויען קיין ארץ ישראל אין די לעצטע מאמענטן פאר דער דייטש ימ"ש איז אריין קיין וויען.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי נחום מאט'ניו איז נפטר געווארן י"ח אדר ב' ה'תש"ו, און ליגט אין הר הזיתים.
זיין רביצין איז נפטר געווארן י"ג חשוון ה'תשי"ט אין ליגט אין הר הזיתים.
פאמיליע
רעדאַקטירןי"ז מנחם אב ה'תרנ"ב האט רבי נחום מאט'ניו געהייראט אין טשארטקאוו מרת חוה לאה, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב שלמה פרידמאן פון סאדיגורא . זייערע קינדער:
- הרב שלמה פרידמאן (י"ד ניסן ה'תרנ"ד - ט"ו חשוון ה'תשי"ט). ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב. ער האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן פון סאדיגורא. זייערע קינדער:
- מרת שרה, די ווייב פון הרב יעקב העשל (ה'תרס"ג - ג' טבת ה'תשל"א), פון עדזשווער, לאנדאן, א זון פון הרב משה מרדכי העשל פון מעזשיביזש.
- מרת גיטל, די ווייב פון ר משה מארגנשטערן, פון תל אביב.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו