מנחם נחום דוב בער פרידמאן

רבי מנחם נחום דוב בער פרידמאן (ה'תר"ג - כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג), פון סאדיגורא.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי נחום בערניו איז געבוירן ה'תר"ג, צו זיין פאטער הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת בלומא רייזל[1], א טאכטער פון הרב דן יונגערלייב, פון ראדוויל.

רבנות רעדאַקטירן

אין יאר ה'תרי"א איז רבי בערניו געווארן א יתום פון זיין פאטער און זיידען, און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין ברודער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש.

נאך זיין חתונה איז רבי בערניו פארבליבן אין סאדיגורא ביי זיין שווער, אין וועמען ער איז געווען בייהאפטן מיט א געוואלדיגן רעספעקט. רבי בערניו איז געווען אויסגעריפן מיט זיין טיפע אינערליכע עבודה, אין מיט זיין קורצע און קלארע אויסשפראך

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי בערניו איז נפטר געווארן אין וויען, כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג.

פאמיליע רעדאַקטירן

אומגעפער פופציג טויזענט מענטשן האבן אנטייל גענומען ווען רבי בערניו האט געהייראט אין יאר ה'תרי"א, מרת פערל א טאכטער פון זיין פעטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא. זייערע קינדער:

  • הרב אהרן משה פרידמאן.
  • ר' אברהם יעקב פרידמאן פון רמת אביב.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכים (54) (55) (11)
  1. נר ישראל. א.ל.ג. רויזא