אברהם יהושע העשל (מעזשביזש)
לוא־פעלער אין יחידה:תבנית_מידע, שורה 265: attempt to call field 'wrapReport' (a nil value).רבי אברהם יהושע העשל זצ"ל (ה'תקצ"ב - י"ט תשרי ה'תרמ"א), פון מעזשביזש.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי העשי'ניו איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ב, צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל". און תו זיין מוטער מרת סימא א טאכטער פון הרב ישראל, אן איידעם פון הרב משה צבי פון סאווראן.
רבנות
רעדאַקטירןנאך זיין חתונה איז רבי העשי'ניו געבליבן וואוינען אין סאדיגורא אין געגעסן קעסט ביי זיין עלטער-שווער דעם רוזשינער, וועלכער האט אים זייער ליב געהאט. נאך די פטירה פון זיין שווער איז רבי העשי'ניו צוריק געפארן קיין זשינקאוו, אין יאר ה'תרכ"ד נאכדעם וואס זיין פאטער איז נפטר געווארן האט ער זיך געצויגן קיין מעזשיביזש אין זיין זיידן'ס הויז וועלכן ער האט אפגעקויפט.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי העשי'ניו איז נפטר געווארן אין עלטער פון ניין און פערציג יאר אין י"ט תשרי ה'תרמ"א, און ליגט אין קאמינקא.
פאמיליע
רעדאַקטירןו' אדר ה'תר"ט האט רבי העשי'ניו געהייראט מרת לאה רחל ( - ז' תמוז ה'תרנ"ה), א טאכטער פון זיין שוועסטער-קינד הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא. זייערע קינדער:
- הרב ישראל שלום יוסף העשל (חשוון ה'תרי"ג - כ"ט מנחם אב ה'תרע"א), ממלא מקום פון פאטער, רבי אין מעזשביזש.
- הרב יצחק מאיר העשל (כ"א כסלו ה'תרכ"ב - א' תשרי ה'תרצ"ו), פון קאפיטשיניץ.
- הרב משה מרדכי העשל (ה'תרל"ז - כ"ז חשוון ה'תרע"ז), פון נאוואמינסק און ווארשע.
- מרת דבורה ( - ), די ווייב פון הרב דוד פרידמאן (ה'תרכ"ד - ה' שבט ה'תרמ"ט), פון באהוש.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (2)