משה יהודה לייב פרידמאן
רבי משה יהודה לייב פרידמאן זצ"ל (חמשה עשר בשבט ה'תרכ"ה - י' אלול ה'תש"ז), פון פאשקאן.
קבורה ארט | באהוש | |
---|---|---|
טויט |
1947 בוקארעשט, קעניגרייך פון רומעניע | |
פאך | רב | |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי משה יהודה לייב איז געבוירן חמשה עשר בשבט ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאווא זון פון אהבת שלום פון קאסאוו, און אן איידעם פון רבי משה לייב סאסאווער.
רבנות
רעדאַקטירןנאך זיין פאטער'ס פטירה - י' אלול ה'תרנ"ו - האט רבי משה יהודה לייב זיך באזעצט אין פאשקאן און ער האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף, נאך די צווייטע וועלט קריג איז ער געווען אין בוקארעסט.
דער פריערדיגער סקולענער רבי, רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל האט פארציילט: ווען זיין זון דער היינטיגער סקולענער רבי איז אלט געווען ניין יאר, איז ער פלוצלינג קראנק געווארן, און זיין מויל איז פארקרימט געווארן, ס'האט זיך שטארק אנגעזען אויף זיין געשטאלט, און ווען ער האט גערעדט האט עס אויסגעזען ווי זיין מויל איז אויף איין זייט. דער סקולענער רבי איז אריבערגעפארן קיין פאשקאן מיט זיין יונגעל אין זיך אויסגערעדט פאר זיין רבי'ן רבי משה יהודה לייב זיין עגמת נפש. אין מיטן טיש האט רבי משה יהודה לייב זיך אויסגעדרייט צום יונגל אין אים געזאגט שארפעהייט איך הייס דיר רעדן גלייך, דער סקולענער רבי האט אויסגעפירט, ער האט אים אוועקגענומען די קראנקייט פונקט ווי איינער נעמט אראפ א שטאפער פון א פלאש.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי משה יהודה לייב איז נפטר געווארן אין בוקארעשט אין טאג פון זיין פאטער'ס יארצייט,י' אלול ה'תש"ז, און ליגט אין באהוש.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי משה יהודה לייב האט געהייראט מרת אלטע נחמה גיטל, א טאכטער פון הרב נחום בער'ניו, פון סאדיגורא. זייערע קינדער:
- הרב יעקב דוד פרידמאן (ה'תרנ"ב - כ"ב מנחם אב ה'תשט"ו), פון פאשקאן און יפו, ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
- הרב יצחק פרידמאן ( - כ"ה תמוז ה'תשל"ז), ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב. ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שרה דבורה ( - י"ד אדר ה'תרצ"ז), א טאכטער פון הרב מנחם מענדל פרידמאן פון באהוש. נאך די פטירה פון זיין ערשטע ווייב האט ער געהייראט בזיווג שני איר שוועסטער מרת מלכה רחל. זיין זון פון ערשטען זיווג:
- רבי ישראל פרידמאן. ער האט געהייראו מרת צפורה א טאכטער פון הרב חיים מאיר האגער, "דער אמרי חיים".
- הרב ישראל יוסף פרידמאן ( - י"ח כסלו ה'תשל"ו), ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב. ער האט געהייראט מרת בלומא רייזל ( - י"ט מנחם אב ה'תשכ"ו) א טאכטער פון הרב חיים דוב היילפרין פון וואסלוי. זייערע קינדער:
- די ווייב פון ר אלימלך מילגראם פון תל אביב.
- די ווייב פון ר אבא ענגלשטיין פון אנטווערפען.
- די ווייב פון ר שמואל בארנשטיין פון ירושלים.
- מרת בלומא רייזיל ( - כ"ד שבט ה'תשי"ג), די ווייב פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא ( - י"ח תשרי ה'תשכ"ח), א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא פון דראהביטש, ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
- מרת חוה הי"ד, בזיווג ראשון די ווייב פון ר אהרן מתתיהו פרידמאן, בזיווג שני די ווייב פון ר ברוך אברהמוביץ.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (49)