רבי ישראל פון רוזשין
דער רוזשינער
געבורט ג' תשרי תקנ"ז
פראהבישט
פטירה ג' מרחשון תרי"א
קבורה ארט סאדיגורא
חסידות רוזשין
פירערשאפט תקע"ג - תרי"א
הויף ארט רוזשין, סאדיגורא
נומער אין דינאסטיע 1
נאכפאלגער רבי אברהם יעקב פון סאדיגורא און נאך
פאטער ר' שלום שכנא פון פראהבישט
מוטער חוה
ווייב שרה
קינדער שלום יוסף, חיה מלכה העשל, אברהם יעקב, דוב בער, גיטל טויבע מאנזאן, מנחם נחום, מרים מאניא האגער,דוד משה, לאה היילפרין, מרדכי שרגא

רבי ישראל פרידמאן זצ"ל (ג' תשרי ה'תקנ"ז - ג' חשוון ה'תרי"א) פון רוזשין, באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי ישראל איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן שטעטל פראהבישט [1], לעבן קיעוו, ג' תשרי ה'תקנ"ז, צו זיין פאטער הרב שלום שכנא פון פראהבישט, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד, און צו זיין מוטער מרת חוה א טאכטער פון הרב אברהם פון קראסטשאוו, אן איידעם פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון טשערנאבל.

זיין געשיכטע רעדאַקטירן

אין עלטער פון זעקס יאר י"ד תשרי ה'תקכ"ט, איז רבי ישראל געווארן א יתום פון זיין פאטער, און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין עלצטן ברודער רבי אברהם פון פראהבישט.

אין יאר ה'תקע"ג אין עלטער פון זעכצען יאר, נאך דער פטירה פון זיין ברודער, האט מען אויפגענומען רבי ישראל אלס ממלא מקום. ער האט אנגעהויבן פראווען זיין רביסטעווע אין פראהבישט, נאכהער אין סקווירא שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין רוזשין. דארט האט ער אנגעהויבן צופירן זיין רבישן הויף, מיט א וועג פון פראכט און שיינקייט, מיט קעניגלעכע און אדעלע אויפפירונגען, פון דרויסן באפוצט פון גאלד און זילבער, גאלדענע בעקישע קנעפ פארפאסט מיט דיאמאנט, רײַטוועגנס געשפאנט מיט פיר ווייסע אויסשטאפירטע פערד, און פון אינווייניג א צעבראכן הארץ מיט אן אויסגעפײַניגטן קערפער, וועלכער האט נישט הנאה געהאט פון דער וועלט מיטאמאל ווי א דינער פאדים.

אין יאר ה'תקצ"ח איז רבי ישראל אנטקלאגן גיװארן װי א אױפריהרער קעגן דעם צאר, און איז ארעסטיטרט גיװארן אין קיעװ און שפעטער אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסקי ער איז געפייניגט געווארן אין געפענגעניש קערפערליך און גייסטיש נאנט צו צוויי יאר, ביז זיין באפרייאונג ט"ו אדר א' ה'ת"ר. אין יאר ה'ת"ר נאך זיין באפרייאונג איז אים געלונגען צו אנטלױפן פון רוסלאנד קיין עסטרייך. פֿריער האט ער זיך באזעצט אין קישינעוו, דערנאך אין יאס און צום סוף האט ער זיך אַריבערגיצױגן קיין סאדיגורא.

רבי ישראל, אדער ווי מען רופֿט עם „דער הייליגער רוזשינער", האט גיהאט זעקס זין, יעדער פון זיי האט גיגרונדעט א חסידישן הויף. פון זיי זענען ארויסגעקומען די חסיד'ישע הויפֿן סאדיגורא, טשארטקאוו, הוסיאטין, באיאן, באהוש, שטעפאנעשט, און פון זיין איידעם דעם וואסלויער הויף.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי ישראל איז נפאר געווארן ג' חשוון ה'תרי"א, און ער ליגט אין סאדיגורא.

פאמיליע רעדאַקטירן

אין עלטער פון דרייצן יאר האט רבי ישראל געהייראט אין באטושאן, ראמעניע מרת שרה א טאכטער פון הרב משה הלוי אפרתי פון בארדיטשוב. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי ישראל חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' דוד לייב לייבנער פון דוקלא, די אלמנה פון רבי צבי הירש פון רימאנאוו.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל בערכו (32)
  1. נר ישראל