לוצערן

שטאט אין דער שווייץ
לוצערן
Luzern (דייטש)
לוצערן פון דער לופט
מדינה / טעריטאָריע שווייץ
קאָאָרדינאַטן 47°3′N 8°18′E / 47.050°N 8.300°E / 47.050; 8.300קאארדינאטן: 47°3′N 8°18′E / 47.050°N 8.300°E / 47.050; 8.300
ראַיאָן לוצערנער קאנטאן
בירגערמייסטער סטעפאן ראט
אָפיציעלע שפּראַך דייטשיש
שטח 29.06 קוואדראט ק"מ
הייך 436 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

80,501‏  (שטייענדיג 2013)
2,800 באוואוינער א ק"מ2
http://www.stadtluzern.ch/

'לוצערן (דײַטש: Luzern; פראַנצויזיש: Lucerne; איטאליעניש: Lucerna; רומאנטש: Lucerna) איז די הויפטשטאט פון דער לוצערנער קאנטאן אין צפון־צענטראל שווייץ אויפן בארטן פון דער לוצערנער אזערע (Vierwaldstättersee). לוצערן איז לאנג א צענטער פון טוריזם, טראנספארט, טעלעקאמוניקאציע און רעגירונג. לוצערן האט די גרעסטע באפעלקערונג אין צענטראל־שווייץ.

לוצערן האט היינט עטלעכע 78,100 באוואוינער, אבער ווייניג יידן

שול אין לוצרן

לוצערנער יידנטום

רעדאַקטירן

די יידישע קהילה אין לוצערן איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1867, מיט נאר צוואנציג משפחות און אן קיין ארגאניזירטע קהילה באדינונגען. נאך עטלעכע יאר איז אהין געקומען אברהם ערלאנגער וואס האט איינגעארדנט די ארטיגע יידן אין א קהילה, האט געבויט א מקווה (פון די איינציגע אין דער גארער שווייץ אין יענער תקופה). אויף סוכות האט ער געבויט א סוכה און אין יאר 1912 האט ער איניציאטירט אויפשטעלן די שטאטישע שול (וואס גייט אָן ביז היינט). ערלאנגער האט אויך געדינט ווי נשיא פון דער חברה קדישא אין לוצערן. נאך זיין פטירה האט מען געשריבן אויף אים אז ער איז געווען דער גרינדער פון דער קהילה. ביי איר שפיץ האט די קהילה געציילט עטלעכע 150 משפחות, אבער היינט וואוינען דארט נארך פערציג יידישע משפחות. די יידישע קהילה פירט א ישיבה קטנה אין דער אלטער שול אויף ברוכשטראסע און א מקוה פאר פרויען און פאר מענער.

די שטאט האט אמאל געהאט דארט א ישיבה, געגרינדעט דורך רבי משה סאלאווייטשיק, וואס איז געווארן שטארק מפורסם אונטער דעם ראשי ישיבה רבי יצחק דוב קאפלמאן, וואס איז נפטר געווארן אין תשע״א. די ישיבה האט זיך פארמאכט סוף תשע"ה (2015) צוליב חובות.

צווילינג שטעט

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לוצערן