װיקיפּעדיע:נייטראל

(אַריבערגעפֿירט פון נייטראל)
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן

וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע און דערפאר מוזן די ארטיקלען ווערן געשריבן נייטראליש אָן אייגענע מיינונגען מיט א ציל צו איבערצייגן אדער אויפווייזן.

  • איבערצייגן - נישט שרייבן איבערצייגונגענע אידיאמען, ווי צב"ש "עס לוינט", "ביטע" אד"ג.
  • אויפווייזן - א טעמע וואס האט אין זיך עטליכע צדדים, טאר מען איר נישט שרייבן איינזייטיק, מען מוז ארויפבריינגען ביידע צדדים.
  • נישט רעדן פון זיך אליינס אדער רעדן פריוואט צו א צווייטן. ווי צב"ש נישט שרייבן אין ארטיקל "פורים": "אין דער טאג בין איך זייער פרייליך" אד"ג.
  • נישט נוצן אויסרופס-ווערטער ווי "אוי וויי איז מיר", "וואו!", "קיינעהארע" "א מחיה" אד"ג

נייטראלער צוגאנג צו יעדן ענין

רעדאַקטירן

דברי חכמים בנחת נשמעין, כדי די הארמאניע און שלום זאל הערשן, און כדי אייערע ווערטער זאל ווערן נתקבל און אריינדרינגען אינעם ליינער, און צוציען אנדערע צוצילייגן, פארעכטן, אויסבעסערן, און סזאל זיין ניכרין דברי אמת, איז קריטיש וויכטיג זיך צו האלטן צום נושא נייטראל, נישט שרייבן אן אפענעם שטעלונג וואס איר האלט, נאר אייביג פרובירן ארויסברענגן ביידע זייטן פונעם מטבע, און זיך נישט אריינלאזן מיט קיין "פערזענליכע" מיינונגען. נייטראל מיינט אויך אז אטאקירן אן אנדערן באנוצער פערזענליך איז שוין נישט נייטראל, אוואדאי איז קיינער קיין מלאך, און מיר פאפּן זיך נישט אז ווען נישט וואס איר האט ווען א שטארקע פעסטע מיינונג וואלט איר זיך נישט מטריח געווען צו שרייבן, אבער דער באגריף פון וויקיפידיע דינט דווקא אייער אינטערעסע, אז כדי אייערע שיטות און פערספעקטיוו זאל ווערן דאס בעסטע נתקבל על הלב, מוזט איר דאס פארשטעלן ווי אין א וויקיפידיע, נייטראל און קלאר די פאקטן, ווייל אז נישט וועט עס קיינמאל נישט האבן קיין ווערט פון אמת.

אנדערשט ווי ביכער און קונסט און אלע אנדערע געשרייבאכצער - וואס פעלט זיך מער אויס א פערזענליכע גיפט און מיינונג דאס ארויסצוברענגן אויפ אן אייגענארטיגע אויפן. - איז זיך דא גרינגער צו האלטן נייטראל ווייל דער אינטערגאלער יסוד פון אלעס דא איז בלויז צו בויען אן ענציקלאפעדיע פון אינפארמאציע צו כראנאלאקירן די געשעענישן אין פאקט; ווען; ווער; ווי; וואס; און פארוואס. טרוקן און קלאר.

מוסטער פון נייטראלקייט מחלוקת

רעדאַקטירן

אויב האלט איר אז אן ארטיקל איז נישט גענוג נייטראל פרעכט דאס. אדער אויב זענט איר פויל דאן ביטע לייגט דעם מוסטער:נייטראל פארן עולם דאס צו פארעכטן. {{נייטראל}} וועט דאס ווערן געלעיבלט און אריינגעלייגט אין די קאטעגאריע פון אלע אומנייטראלע ארטיקלן צו פארעכטן.

 
די נייטראלקייט פון דעם ארטיקל אדער אפטייל, איז אין מחלוקת.
ביטע קוקט אריין אין איר דעם שמועס בלאט.