ריין (טייך)
דער ריין (דײַטש: Rhein; האלענדיש: Rijn; פראַנצויזיש: Rhin; רומאנטש: Rain; איטאליעניש: Reno; לאטייניש: Rhenus; מערב פריזיש Ryn) איז איינער פון די לענגסטע און וויכטיגסטע טייכן אין אייראפע. זיין לענג איז 1230 ק"מ, און מער ווי 2000 קובישע מעטער וואסער גיסן ארויס יעדע סעקונדע. דער נאמען ריין שטאמט פון מיטל הויך דייטש: רין.
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | שווייץ, עסטרייך, ליכטנשטיין, דייטשלאנד, פראנקרייך, האלאנד |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 1,232.7 קילאמעטער |
קוואל | פֿארדערריין |
הייך פון קוואל | 2345 מעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 2,200 קובישע מעטער א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 185,000 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | צפון ים |
לענדער אין דרענאזש בעקן | שווייץ, ליכטנשטיין, דייטשלאנד, האלאנד, פראנקרייך |
דער ריין און דער דוניי זענען אמאל געווען כמעט דער גאנצער נארדערנער גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע, און זייט יענע טעג איז דער ריין געווען א נייטיגער שיפיגער וואסערוועג פאר טראגן סחורה אין לאנד אריין.
דער ריין פלוסט פון גריזאן אין די מזרחדיקע שווייצער אלפן ביזן צפון ים בארטן אין האלאנד. ער איז דער צוועלפטער לענגסטער טייך אין אייראפע, און איז לאנג 1233 ק"מ.
געאגראפיע
רעדאַקטירןשווייץ
רעדאַקטירןדער הויפט פארט איז באזעל.
דייטשלאנד און פראנקרייך
רעדאַקטירןהאלאנד
רעדאַקטירן
שטעט
רעדאַקטירןחשובע שטעט אויף די ברעגן פונעם ריין זענען: כור, שאַפֿהאוזן, באזעל (שווייץ), וואדוץ (ליכטנשטיין), שטראסבורג (צרפת), קאנסטאַנץ, קארלסרוע, שפייער, מאנהיים, לודוויגסהאַפֿן, ווארמז, מיינץ, וויסבאַדן, קאבלענץ, באן, קעלן, לעווערקוזן, דיסלדארף, קרעפֿעלד, דיסבורג (דייטשלאנד), ארנהעם און ראטערדאם (האלאנד).