עפענען הויפטמעניו
פארמל 1 פארמעסט אין די פאראייניגטע שטאטן, 2003

אויטאספארט איז א ספארט וואו אויטאס יאגן זיך מיט אנאנד. אויטאספארט האט אנגעהויבן אין פראנקרייך אין 1895; היינט איז ער איינער פון דער וועלטס פאפולערסטע צוקוקער ספארטן.

סארטן אויטאספארטרעדאַקטירן

פארמל איינס איז דער העכסטער ניווא געיעג מייסטערשאפט איבער דער גארער וועלט. פארמל איינס אויטאס האבן נישט קיין שיצבלעכן. פון פארנט און הינטן פון דער אויטא איז א פליגל אזא וואס שאפט אז די אויטא זאל האבן מער כאפ און זאל פארן גיכער.

די פארמל איינס געיעג פאסירן אין פארשידענע לענדער, און ווערן גערופן "גראַן פרי" (פראנצויזיש: Grand Prix).


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אויטאספארט