פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 27
- טעראריסטן באמבארדירן טויער פון אמעריקעס אמבאסאדע אין אפגאניסטאן אינמיטן וויצע פרעזידענט דיק טשעיני וויזיט אינעווייניג. 18 טויט. (בלומבערג)
- פרומע פרויען לערנען זיך צוריק שלאגן מיט קאראטע. (וויינעט)
- מוזיק רעוויאו איבער נייעם אלבוים פון ר' שמואל בראזילס רגש סעריעס: ר' אביש בראדט זינגט די הויכע טענער, מיט זיין נשמה קול, כאר מיט ר' מענדי זשוראפי טראגן דעם טעיפ צו זיין מער סוקסעספול ווי אוהדס און שוועקיס לעצטיגע פראדוקטען, אלעס צוליב די שטילע און הארמאניע קול פון ר' שמואל בראזיל און זיין סטייל קאמפאזיציעס וואס מאכט דאס גרינג מיט צו זינגען און בלייבן סטאק אינעם מוח פון הערער. (זשואיש מוזיק)
- שיף קאפיטאן פון עקסאודאס, ווערט געכאפט מיטן דרייווען קאר פאר די לעצטע 18 יאר אן א לייסענס. (זשעי.טי.עי.)
- איבער 60 פראצענט פון קיבוצים אין ארץ ישראל האבן שוין געטוישט זייער ווירטשאפט פון סאציאליזם צו קאפיטאליזם. (באסטאן העראלד)
- פרומער חסידישער חב"דסקער אינגערמאן, לויער פון כפר חב"ד ווערט באשולדיגט און פארדייטוגען טעראר גרופע פון סוריע פאר גרויס געלט. (ען.אר.זשי.)
- לכבוד פורים: נייער קאמפיין קעגן רייכערען ציגארעטען ביי די איגענט, גרויסע שילדען און אלע חרדישע געגענטער מיטן לאזונג, נעבעך, ווער עס רייכערט. (ען.אר.זשי.)
- זשעימס קעמארמאן דער פראדוצירער פונעם פילם "טיטאניק" און נייעם פילם וואס ווייזט אז יאשקע איז גאר געווען די מאן פון מערי, וואס די קריסטען זאגן אז דאס איז זיין מאמע און די ווייב פון גאט. זיי האבן געטראפן די קברים פון ביידע, לויט זיי פעסטגעשטעלט מיט די ען עי באווייזן, דאקומענטערי וויאזוי מען טרעפט דאס אלעס אין ארכיאלאגיע סייט אין ירושלים ווערט געוויזן קומענדיגע וואך אויף דיסקאווערי טשאנעל. (ניו יארק טיימס)
- חברון: אראבישער רויטערס קאמעראמאן קערט צוריק קליין אידיש מיידל וואס האט אריינגעוואנדערט און געבלאנזשעט צווישן די אראבער צו אירע באזארגטע מתנחלישע עלטערן. (חדשות 10)
- רבנים פון משיחסטען לאגער אין חב"ד מיט פסק דין: רעגירונג אין ארץ ישראל האט נישט קיין זכות קיום. (chabad.fm)
- סופרים קארט זאגט זיך אפ פון אנעמען אפיעל פון אריזאונע פעדעפייל וואס איז געווען א טיטשער און ארטיגע שולע און איז באשטראפט געווארן מיט 200 יאר טורמע צוליב 20 בילדער פון קליינע קינדער אינמיטן סעקס, 10 יאר פאר יעדע בילד. (וויינעט)
- נטורי קרתא אין ירושלים שליסן זיך אן אין די טעגליכע אראבישע פראטעסטן קעגן די גראבונגען נעבן כותל. - בילדער. (בח"ח)
- חרדישער ביליאנער ר' לוי לביוב איז מנדב די פאנטאסטישע סומע פון 60 מיליאן שקל פאר די פארטריבענע אידן פון גוש קטיף. (ען.אר.זשי.)
- ביידע מערדער פון מתנחל וואס האט געהאלטן אינמיטן התבודדות אין וואלד נעבן חברון אונטער ארעסט. (וויינעט)
- חברי הכנסת פארלאנגען אנצוקלאגן אין געריכט פראפעסער פון בר אילן אוניוועריסיטעט וואס האט געשריבן בוך אז בלוט בלבול איז באזירט אויף אמת. (זשעי. פאוסט)