קאמערע

(אַריבערגעפֿירט פון קאמערא)

א קאמערע איז אַ פֿאָטאָ אַפּאַראַט וועלכע ווערט גענוצט צו כאפן בילדער פון אביעקטן.

אלימפוס קאמערע

טעכנאלאגישע עקלערונג

רעדאַקטירן

א קאמערע איז צוזאמענגעשטעלט פון דריי עלעמענטן: אן אפטישער עלעמענט (די לינדז), א כעמישער עלעמענט (דער פילם) און א מעכאנישער עלעמענט (די מאשין אליינס). די קונץ איז וויאזוי די דריי שטעלן זיך צוזאם צו פראדוצירן א בילד.

די אפטישע לינדז איז פשוט א שטיקל גלאז וואס שיקט די אינהאלט פון דעם אביעקט וואס זי זעט צום פילם וואס רעקארדירט דאס.

ליכטיקייט האט א טבע אז זי לויפט לאנגזאמער דורך א גלאז ווי אין דער לופט. ווען מען דרוקט אראפ די קנעפל ווערט ליכטיג פאר א סעקונדע, אבער די לינדז טוט פארלאנגזאמען די ליכטיקייט וואס מאכט אז די לינדז וועט גוט באטראכטן דעם אביעקט וואס זי זעט. יעצט ווען די ליכטיקייט גייט אוועק וועט די לינדז האבן א בילד פון וואס זי האט נארוואס געזען דורך די שטארקייט פון די ליכטיקייט וואס איז געווען שטערקער ארום דעם אביעקט ווי אויפ'ן אביעקט אליין אדער פארקערט.

דאס צו פארשטיין גיט א שטארקן קוק אויף א ליכטיגע זאך וואס ליגט אין דער טונקל און דאן מאכט צו אייער אויגן וועט איר זען אז דער ליכטיגער אביעקט וועט בלייבן איינגעקריצט אין אייער ראיה אפילו ווען אייער אויגן איז פארמאכט. די זעלבע זאך פארקערט ווען מען קוקט אויף א טונקעלערע אביעקט אין א ליכטיגע אנוועזנהייט.

א פילם פארמאגט אין זיך א כעמיקאל וואס איז סענסיטיוו צו ליכטיקייט. די סעקונדע וואס די לעקטער פון דער קאמערע ווערט ליכטיג עפֿנט זיך אויף א קליין טירעלע וואס טיילט אפ צווישן די לינדז און דעם פֿילם, און די ליכטיקייט וואס איז פריער אויסגעפארעמט געווארן דורך דער לינדז ווערט רעקארדירט אויף די פילם ווייל די כעמיקאל מאכט א רעאקציע אויף יעדע פינטל ווי עס איז פאראן ליכטיקייט. ווען איר וועט עפענען א קאמערא ווען די פילם איז נאך נישט אריינגעדרייט וועט די פילם תיכף פארברענט ווערן ווייל די ליכטיקייט וועט דערגרייכן איבעראל.