פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 יאנואר 16
- פרומער ביליאנער, ר' האוערד דזשאונס בעל הבית פון נוארק טלעקאמוניקאציע פירמע איי.די.טי. געבט פרנסה פאר 800 חרדישע בחורים ווען זיי ענדיגן דינען אין נחל החרדי, דערמיט לייזענדיג דעם פראבלעם פון חרדים וואס קענען נישט טרעפן א דזשאב אין ארץ ישראל. (ען.אר.דזשי.)
- דזשאדזש צווינגט פרייען אידישען טעלעוויזשען קאמידיען דזשערי סיינפעלד צו צאלן א פרומען ריעל עסטעיט אגענט וואס האט נישט געקענט אויפהייבן דעם סעלפאון צוליב שבת. (ניו יארק פאוסט)
- דער קאנטראסט צווישן ליובאוויטש וואס נעמט ארום דעם אינטערנעט, און סאטמאר וואס אסערט דעם אינטערנעט. מיט סטעימענטס פון די 2 סאטמאר עסקנים ר' אריה לייב גלאנץ און ר' אברהם פרידמאן. (ווייערד)
- ירושלים: לינקער סימבאלישער געביידע וואס איז געווען הויפטקווארטיר פון הסתדרות ווערט חרדישער סעמינאר פאר מיידלעך. (וויינעט)
- פארק האוז האטעל פארענטפערט זיך פארן אריינלאזן ר' משה אריה פרידמאן אין זייער האטעל איבער שבת אז ער האט געגעבן זיין ווייבס נאמען; ער האט דארטן פארוויילט מיט זיין ווייב; דזשעי.די.על. טרעפט ליידיג צימער נאך שבת בלויז 2 פעסער אייז קריעם און א זאק נאשעריי; ר' הערץ פרענקל בעט ער זאל געבן גט פאר זיין ווייב. (ניו יארק סאן)
- אוי.יו. ספויקסמאן ר' נתן דיאמאנט: דעמאקראטישער פארטיי געווינען קאנגרעס בלויז צוליב זייער אויטריטש פאר רעליגיע. (דזשואיש סטענדערט)
- אגודת ישראל ספאויקסמאן, ר' אבי שאפראן באדאנקט דעם גוי וואס האט אים אהיים געפירט מיט א קאר אום שבת. און האט חרטה, ווייל ער האט נישט געוויסט אז דאס איז קעגן די הלכה. (דזשעי. פאוסט)
- העלען ווינסטאן באשרייבט די סעקסואל באלעסטיגונג וואס גייט פאר ביי חרדים. (אידישע איבערלעבער)
- ארטאדאקס אידן מיט מוסולמענער פאראייניקן זיך צו באקעמפן דראג אביוז. (ליובאוויטש.קאם)
- חזן איטשע מאיר העלפגאט, ר' אברהם פריד, דדי און נאך אידישע זינגער עלעקטעריזירן די פארזאמלטע אין העסק קאנצערט. - בילדער. (שלאגר.נעט) - ווידיאו קליפס. (שירו לו)