פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 9
תועבה מארטש דערהיינטיקן:
- בני ברק: ליטווישע פירערשאפט צעטיילט איבער מחאה קעגן תועבה מארטש: הרב שטיינמאן קעגן הרב אלישיב: שטעלט זיך צו צום מיינונג פון גערער רבין אז מען דארף איגנארירן דעם תועבה מארטש אבער נישט צוליב תאווה ווי די גערער השקפה, נאר צוליב ביטול תורה. [1].
- אין אמעריקע: המודיע נאכאלטס שטיל אבער יתד נאמן רעדאקטאר שרייבט עדיטאריעל: פארוואס מיר קענען שוין מער נישט שווייגן?. [2].
- אין ניו יארק: צעהן טויזענט חסידים, בעיקר פון סאטמאר ערווארטעט היינט ביי ריזן פראטעסט קעגן ארץ ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן אויפן רוף פון עדה החרדית. [3]. ר' משה דוד נידערמאן הויפט ווילימאסוברג קהילות עסקן מיט מעכטיגע פי. אר. הסברה קאמפיין אין וועלטס רעליגעיזע פרעסע אפצוטאן דעם חרון אף פון דעם גרויסן חילול ה'. [4]
- פאליציי פירט דורך אבלאווע אויף קנאות'דיגע פרינטינג קאמפאני, וואס איז קעגן קלעצקין, און האט אפגעדרוקט די העצע פאשקעווילען. ראש ישיבה פון מיר פארטרייבט זיינע בחורים פון פראטעסט מיט וויל טשעיר. [5]
- צניעות געבראכן: 300 פרויען מארטשן אין די גאסן פון ירושלים קעגן די געיז. [6]
- ספרדישע בעל תשובה זינגער, בעני אלבז ארעסטירט און אויסגאפארשט פאר נייע ניגון קעגן תועבה מארטש. [7]
- רב אין קאנטיקעט קלאפט אראפ פרוי נאכן וויילן אין עקסידענט. [8]
- פובליק סקול מנהל פון סאוט קארעליינע אנטשולדיגט זיך פארן אויפשפילן נאצי פראפעגאנדע מיניסטער יאזעף געבלס רעדע בעפאר סאקער מאטש. אויפצוהייטערן די געמיטער צו נצחון. [9]
- נצח ישראל לא ישקר: נייע שול אין מינכען עפענט זיך אין יארצייט פון קריסטאלנאכט. [10]
- איד ברוגז אז כדי צו וואוטען האט ער געמוזט אריינגיין אין קירכע. [11]
- התאחדות הרבנים קעגן קרית יואל שחיטה. [12]
- אראבישע חבר הכנסת פרייט זיך מיט בוש פאליטישע מפלה. [13]
- נייע פילם ארויסגעגעבן איבער דאס לעבן און שאפן פון די הויפט פירער פון מאדערן ארטאדאקס אידענטום אין אמעריקע: די עלענדער מענטש פון אמונה: דאס לעבן און לעגענדע פון הרב זשעי. בי. סאלאווייטשיק. [14]
- יעשיבע יוניווערסעטי משגיח; הרב יוסף בלוי קעגן ר' שלמה עמאר פארן קענסעלען עגונה רבנים קאנפארענץ. [15]