פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 17
וויקיפעדיע
אידן און אידישקייט
- לעיקוואד: אלי ישי באזוכט לעיקוואד אלס הכרת הטוב פאר איטשע רויזענבוים פארן ברענגן איבער 150 זשאבס קיין ארץ ישראל [2]
- אלי ישי באזוכט בית מדרש גבוה אין לעיקוואד. [3]
- סקווירא רבי שליט"א אין לעיקוואד אויף שבת. [4]
- ראלינג סטאון (מאגאזין) דעקט אויף אז דער אידישער קאמידיען וואס שפילט אלס אנטיסעמיט אין בויראט איז א שומר שבת וכשרות. [5]
- תלמיד פון ישיבה אוניוועסיטעט פאלט ארויס פון פענסטער 3 שטאק רח"ל. [6]
- באבוב: ר' מרדכי דוד אונגער ווארפט אראפ אור אלטער היסטארישע געביידע פון טעמפל אין בארא פארק צו בויען ריזן שול. [7]
- נצחון איז זיס פאר ר' זשאוסעף ליבערמאן; דער ניו יארק טיימס באשרייבט דעם ערשטן טאג אין וואשינגטאן פון דעם קעניג וואס זיינע דעמאקראטישע פארטיי חברים האבן אים געוואלט ארויסוואוטען, אבער ער האט זיי באזיגט מיטן גאר ווערן דער גרעסטער כוח וואס קאנטראלירט זייער מאכט אין אמעריקע, און קען אין יעדע ליאדע סעקונדע איבערקערן דעם סענאט קאנטראל צו זייערע שונאים די רעפובליקאנער. [8]
- אידישער נייעס טעלעפאון האט ליין קול מבשר, מעלדט אז געזונטהייט קאמישענער, טאמעס פרידען, פון ניו יארק סיטי וואס האט געוואלט מאכן גזירה קעגן מנהג ישראל פון מציצה בפה, וועט מעגליך ווערן דערהויבן אויף גאנץ ניו יארק סטעיט. [9]
- צה"ל זאגט זיי האבן געטראפן א נייע סארט באמבע טעכניק ביי די אראבער, וואס זיכערהייט מאשינען קענען נישט באמערקן און אויפכאפן. [11]
- כאפצעם (בלאגער) דעקט אויף פאלטשקייט פון חסידישער בלאגער. [12]
- גוי פון נעבן קרית יואל וואס האט אויפגעהאנגן די אנטיסעמיטישער שילד גראטולירענדיג די חסידים מיט אל קעידא פאר די דעמאקראטישער פארטיי געווינס, זאגט פאר די פרעסע אז ער איז א איד און האט געארבייט פאר ביל קלינטאןס קאמפיין. און די קאנטראווערסיע האט אים נאך מער געשטארקט אנצוהאלטן די שילד. [13]
- מאנסי: מיידל סקול באקומט שטראף פארן לאזן שווימען מיידלעך אן שמירה. [14]
- רעכטע רעליגיעזע באקלאגן זיך אויף ארץ ישראלדיגן אטוירני זשענעראל, מנחם מאזוז אז בלויז ווען עס קומט צו געיז צו מארטשירן צווישן חרדים, איז ער פאר פרייהייט פון אויסדרוק, אפילו עס טשעפעט די אידישע רעליגיע געפילען; אבער ווען עס קומט אז אידן זאלן קענען דאווענען אויף דעם הר הבית איז ער דערקעגן נישט צו טשעפענען קיין אראבישע רעליגיעזע געפילען. [15]
- זשעק אבראמאף געזעגענט זיך פון די פרייע וועלט אריינגייענדיג אין תפיסה פאר 6 יאר, פרעסע צושפרייט לעצטן אי מעיל ווי ער שרייט אויס מיט זיין אידישען פעסטן בטחון, גם זו לטובה, מיט א תפילה צו הקב"ה ער זאל אים טאקע אויך אנטפלעקן די טובה דערפון. [16]
- וויינעט באריכט וויאזוי פרומע מיידלעך אין בני ברק שפילן באל מיט די לאנגע קליידער. [17]
- מאנטריאל: אויפרודער אויפן פארלאנג אז ווען פרומע אידן מענער ווערן ארעסטירט זאל די פאליציי ווארטן פאר בלויז מענער פאליצאנטן נישט צו מאכן דעם פארברעכער אנרורען פרויען פאליציי און עובר זיין אויף זייערע גדרי הצניעות. [18]
- פוילישע גוים, ווערן געוואור אז זיי זענען גאר אידן. [20]
- נייע שטודיע: רעליגיע האלט עלטערע לייט געזונט. [21]