שווימען
שווימען באדייט זיך צו באוועגן אין וואסער אהין און צוריק דורך די הענט און פיס און מען קען דורך שווימען זיין א לענגערע צייט אין א טיפ וואסער און נישט דערטרינקען ווערן.
אין אלגעמיין גייט מען שווימען אום זומער זיך אפצוקילן פון דער הייסער זון. אבער היינט איז שוין דא אסאך שווים באסיינען וואס געפינען זיך אינעווייניג אין א בנין און איז געהייצט אזוי אז עס איז גענוג ווארעם צו קענען שווימען דארט אן זיך צו פארקילן.
לויטן געזעץ אין אמעריקע און אסאך לענדער טאר מען נישט שווימען אין א שווים באסיין נאר אויב עס איז דא דארט איינער וואס איז געלערנט ארויס צוראטעווען מענטשן וואס קענען נישט אזוי גוט שווימען און זענען אין געפאר פון זיך דערטרונקען. דאס הייסט א "ראטירער" דאס מיינט אז ער היט אפ דאס לעבן אז מען זאל ח"ו נישט דערטרונקען ווערן.
אין יידישקייט
רעדאַקטירןאין חז"ל שטייט אז עס איז א מצוה פאר א טאטן אויסלערנען זיין זון שווימען, כדי ער זאל דאדורך זיך קענען ראטעווען פון געפארן אויב עס וועט אים אונטערקומען.