איבל
(אַריבערגעפֿירט פון עקל)
איבל (מיגל, עקל) איז ווען מען שפירט אין בויך אן אומרו און אומבאקוועמקייט אז מען דארף ברעכן. איבל איז נישט קיין קרענק נאר א סימפטאם. איבל ווייזט נישט דווקא אז מ'האט עפעס צו טון מיטן בויך, צום ביישפיל ווייל מ'האט געגעסן צופיל זיסע מאכלים; איבל קען זיין א סימפטאם פון אסאך אנדערע זאכן, למשל פארן, געוויסע מעדיצינען, א טראגעדיגע ווייב אין די ערשטע דריי חדשים (נישט קיין קרענק) און אפילו פון הארץ אטאקע.