ברוך ראבינאוויטש

מונקאטשער רבי
רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש
מונקאטשער רבי
הר"ר ברוך ראבינאוויטש (רעכטס)
הר"ר ברוך ראבינאוויטש (רעכטס)
עיקר חיבור בינת נבונים
געבורט ו' תשרי ה'תרע"ה
שעדליץ, פוילן
פטירה כ"ז כסלו ה'תשנ"ח
פתח תקוה, ישראל
קבורה ארט בית החיים סגולה, פתח תקוה
חסידות מונקאטש
נומער אין דינאסטיע 4
פאריגער רבי חיים אלעזר שפירא
נאכפאלגער רבי משה יהודה לייב ראבינאוויטש
רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש פון דינאוו
זיינע רביס זיין פאטער
ספרים "בינת נבונים", "דברי נבונים"
פאטער רבי נתן דוד ראבינאוויטש
מוטער רעביצין יוטא שפירא
ווייב1 רעביצין חיה פרימא רבקה שפירא
קינדער1 רבי צבי נתן דוד (הערשעלע); רבי חיים אלעזר; רבי משה יהודה לייב ראבינאוויטש, מונקאטשער רבי; רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, דינובער רבי; רעבעצין יוטא ווילאמאווסקי
ווייב 2 רעביצין יהודית
קינדער 2 רבי מאיר בצלאל יאיר ראבינאוויטש, מרת רחל לביאה גראסמאן

רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש (ו' תשרי ה'תרע"ה, שעדליץ, פוילן - כ"ז כסלו ה'תשנ"ח, פתח תקוה, ארץ ישראל) איז געווען דער מונקאטשער רב אין די יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

איז געווען א זון פון דעם פארצעווער רבי'ן, הרה"ק רבי נתן דוד ראבינאוויטש, און הרבנית יוטא שפירא, א טאכטער פון הרה"ק רבי משה לייב זצ"ל פון סטריזעוו. ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל ממונקאטש בעל מנחת אלעזר.

ער האט איבערגענומען דאס רבנות און די רביסטיווע אין מונקאטש נאך דער פטירה פון זיין שווער אין יאר ה'תרצ"ז.

אויך ער האט ער איבערגענומען די ישיבה דרכי תשובה וואס ער האט געפירט מיט גרויס פקחות, און מיט א ספעציעלע אהבה צו אלע תלמידים באזונדער, וואס די צאל תלמידים האט געשטיגן איבער 300.

 
דער מונקאטשער רבי, רבי ברוך ראבינאוויטש מיט זיינע תלמידים

ביי די מלחמה יארן האט ער ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן זיך צו ראטעווען פונעם קריג, וואס געדענקען אים צום גוטן, א שטיק צייט איז ער געזיצען אין פעסט און דארט אנגעפירט מיט זיינע הצלה אקטיוועטען, און ער ווערט קרעדיטירט צו די רעטונג פון פיל רבנים און רביס בשעת די קריג.

אין תש"ז האט ער חתונה געהאט מיט זיין זיווג שני, און איז אריבער קיין בראזיל, וואו ער איז געווארן רב פון סאו פאולא און הויפט־רב פון בראזיל.

אין תשכ"ג האט מען אים באשטימט הויפט־רב פון חולון, ישראל.

ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל בליל כ"ז כסלו ה'תשנ"ט נאכ'ן צינדן חנוכה ליכט און שרייבן זיין לעצטע שטיקל תורה וואס ענדיגט זיך מיט די ווערטער, "ושבת עד ה' אלוקיך". ער ליגט אין די בית החיים סגולה אין פתח תקוה נעבן דעם ציון פון זיין פאטער, דער פארציווער רבי זצ"ל.

א חלק פון זיינע תורה'ס זענען געדרוקט געווארן אין די ספרים בינת נבונים און דברי נבונים. ווי אויך איז ארויסגעקומען פון זיינע חידושים דאס ספר חשב נבונים.

די קינדער פון רבי ברוך און זיין זיווג ראשון, הרבנית חיה פרומא רבקה, זענען:

די קינדער פון רבי ברוך און זיין זיווג שני, הרבנית יהודית, זענען:

  • הרב מאיר בצלאל יאיר ראבינאוויטש
  • מרת רחל לביאה גרויסמאן, ווייב פון הרב חיים גרויסמאן.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. אברהם בערגער, ‏[1], אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)