ישראל (שרוליק) פרוש (געב' 1980) איז דער בירגערמייסטער פון אלעד, געוויילט אין די 2013 וואלן.

ישראל פרוש
געבורט 1980 (אלט 44 בערך)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט בירגערמייסטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

שרוליק פרוש איז געבוירן געווארן אין ירושלים, דאס עלטסטע (בכור) פון 12 קינדער, צו הרב מאיר פרוש און זיין ווייב רחל, א טאכטער פון נחום יואל האלפערין. הרב מאיר פרוש איז דער פארזיצער פון דעם צענטער פון אגודת ישראל אין ירושלים, און איז אן אגודת ישראל דעפוטאט פאר יהדות התורה אינעם כנסת.

אלס בחור האט שרוליק געלערנט אין דער חזון נחום ישיבה אין בני ברק, און צוויי יאר האט ער געלערנט ביי הרב יצחק דוב קאפלמאן אין דער לוצערנער ישיבה אין דער שווייץ. נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן ווערן טעטיק אין פאליטיק.