גייוס יוליוס קייסער (לאטיין: [1]Gaius Iulius Caesar) ‏ (13טן יולי 102 לפנה"ס[2] - ‏15טן מערץ 44 לפנה"ס), איז געווען א מיליטערישער און פאליטישער פירער פון דער רוימישער רעפובליק, וואס האט פֿארברייטערט די גרענעצן פון דער רעפובליק און די גרייך פונעם רוימישן קולטור אין דער גאליע (היינטיגער פראנקרייך). קייסער האט געפועלט אז די רוימען האבן אים געשאפן דיקטאטאר פאר זיין גאנצן לעבן, און ער האט קאנצענטריט דעם פאליטישן קראפט אין זיינע הענט.

יוליוס קייסער
GAIVS IVLIVS CAESAR
געבורט יולי 100 לפנה״ס
רוים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 15 מערץ 44 לפנה״ס (אלט 55)
Q17167 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אוראלט רוים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט רוים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
גייוס יוליוס קייסער

ווען מען האט אים דערהרגעט אום 15טן מערץ האט דאס געפֿירט צו א בירגער קריג וואס האט געענדיגט די רוימישע רעפובליק, און אנגעהויבן די רוימישע קייסערשאפט, ווען נאך דעם קריג האט זיין אדאפטירטער זון אויגוסטוס איבערגענומען די הערשאפט פון דער רוימישע אימפעריע.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

יוליוס איז געבוירן געווארן דורך א קייזער שניט (יוצא דופן), דעריבער האט מען אים גערופן קייזער, און על שמו האט מען גערופן אלע רוימישע אימפעראטארן "קייזער" (אדער קייסער).‏[3]

וויליאם שייקספיר האט געשריבן א דראמע וועגן דער געשיכטע פון יוליוס קייסער.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. אזוי שרייבט מען זיין נאמען אויף מאדערנער לאטיין. אין קייסערֿ'ס צייטן, פלעג מען שרייבן דעם נאמען "CAIVS•IVLIVS•CAESAR".
  2. T. Rice Holmes, Was Caesar Born in 100 or in 102 B.C.?, The Journal of Roman Studies, Vol. 7. (1917), pp. 145-152
  3. עבודה זרה י: תוספות ד"ה כל נשיאיה בא"ד: "ולסוף כמה שנים מלך עליהם אחד בחזקה שמתה אמו בלדתה ונבקעת בטנה ומצאוהו חי ומלך עליהם ונקרא קיסר בלשון רומי והוא לשון כרות בעברית ועל שמו נקראו כל המלכים שלאחריו קיסר".