פּאָרטוגעזיש (língua portuguesa) איז אַ לאַטײַנישע שפּראַך װאָס מען רעדט אין פּאָרטוגאַל, בראַזיל, אַנגאָלאַ, מאָזאַמביק, קאַפּ װערד, סאַאָ טאמע און פּרינסיפּע, מזרח טימאָר און מאַקאַאָ. עס רעדן פּאָרטוגעזיש מער װי 200 מיליִאָנען מענטשטן.

אין דעם 16טן יארהונדערט, מיט די גרויסע ים־רייזעס און אויספארשונגען, האט פארטוגעזיש זיך פארשפרייט צו טיילן פון דרום אמעריקע, אפריקע און אזיע, און דעמאלסט האט זיך אנגעהויבן די ענדערונגען אין פארטוגעזיש. צווישן אייראפעישער פארטוגעזיש און בראזיליאנשער פארטוגעזיש זענען פארן געוויס דיפערענצן אין אויסרעד, וואקאבולאר און סינטאקס, צוליב דער געאגראפישער ווייט.

א מענטש (אדער א פאלק) וואס רעדט פארטוגעזיש ווערט אפטמאל גערופן א לוסאפאן. פארטוגעזיש איז אן אפיציעלע שפראך פון די אייראפעאישן פארבאנד און אפריקאנער פארבאנד, און איז די מערסט גערעדטע שפראך אין דעם דרום האלבקיילעך.

Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף פארטוגעזיש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש